עווערעסט

פֿון װיקיפּעדיע
עווערעסט
Mount Everest, सगरमाथा, ཇོ་མོ་གླང་མ, 珠穆朗瑪峰, 珠穆朗玛峰, 聖母峰, 圣母峰
Mount Everest as seen from Drukair2 PLW edit.jpg
עווערעסט פון אן עראפלאן
הייך 8,848.86 מעטער
לאקאציע סאלוכומבו
Flag of Nepal.svg  נעפאל
בערג-קייט הימאלייע
קאארדינאטן 27°59′17″N 86°55′31″E / 27.988055555556°N 86.925277777778°E / 27.988055555556; 86.925277777778 קאארדינאטן: 27°59′17″N 86°55′31″E / 27.988055555556°N 86.925277777778°E / 27.988055555556; 86.925277777778 
Karte Mount Everest.png
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg
בארג עווערעסט פון דרום

בארג עווערעסט אין נעפאל, א בארג אין דער הימאלייע קייט, איז דער העכסטער בארג אין דער וועלט, הויך 8848 מעטער. דער בארג האט באקומען דעם נאמען "עווערעסט" אין 1856. דער גרענעץ צווישן נעפאל און טיבעט גייט אדורך דעם שפיץ פונעם בארג. אויף טיבעטיש הייסט דער בארג "קאמאלאַנגמאַ".

אין מיי 1953 זענען שערפא טענזינג נארגיי און סיר עדמונד הילארי (פון ניי זילאנד) געווען די ערשטע מענטשן צו קלעטערן ביזן שפיץ פון עווערעסט.

מעסטן די הייך פון עווערעסט האט געדויערט פון 1802 ביז 1852, ווען מען האט פעסטגעשטעלט אז עווערעסט איז דער העכסטער שפיץ איבערן ים שפיגל.

דעם 25סטן אפריל, 2015, זענען 18 מענטשן אומגעקומען ווען דאס ערדציטערניש אין נעפאל 2015 האט גורם געווען א לאווינע אויף עווערעסט.

.