סקייטבארד

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַ טיפּישער סקייטבאָרד
אַ סקייטבאָרדירער אין די לופֿטן

אַ סקייטבאָרד אדער רעדל-גליטשער איז אַ ברעט מיט פֿיר רעדער אונטער אים, וואס ווערט באַנוצט פֿאַר סקייטבאָרדירן. די ערשטע סקייטבאָרדן זענען געווען טיילן פֿון האָלץ מאָנטירט אויף רעדלשיך. דאָס איז געווארן פּאָפּולער, און אין 1960 זענען סקייטבאָרדן פֿאַבריצירט געווארן. ווען מער סקייטבאָרדן זענען פֿאַבריצירט געווארן, מער מענטשן האבן ליב געהאַט דעם נייעם ספּאָרט. אבער, ער איז געווען געפֿערלעך און מענטשן האבן געפֿאַלן. דערום, סקייטבאָרד פּאַרקן זענען געשלאָסן. מיט ווייניקע פּלעצער צו גליטשן, סקייטבאָרדירער האבן נישט געהאט וואו אהין צו גיין. טייל די סקייטבאָרדירער האבן קאָנטינואירט צו גליטשן אין גאַסן און שטעט. נאָך 20 יאָר איז דער ספּאָרט געווארן ווי עס ווערט באַקאַנט היינט. סקייטבאָרדירן איז אַ פּאָפּולערער ספּאָרט ביי אַ סאַך יונגע רייַטערס. אַ מאָל, יונגע מענטשן סקייטבאָרדירן אין גאַסן. עס זענען דאָ אַ סאַך סאָרטן סקייטבאָרדן אַזוי ווי קונץ-באָרדן, פּעני באָרדן, לאַנגע און קורצע באָרדן און מער.