סקאנדינאוויע
מראה
סקאַנדינאַוויע איז א קולטורעלע גרופע פון לענדער אין צפון אייראפע, וואס שליסט איין נארוועגיע, שוועדן און דענמארק. "סקאַנדינאַוויע" איז מער א לינגוויסטישער טערמין ווי געאגראפיש, און באדייט די טעריטאריע וואו מען רעדט די סקאנדינאווישע שפראכן (ד"ה די צפון גערמאנישע שפראכן). די פארשידענע סקאנדינאווישע שפראכן (שוועדיש, נארוועגיש, דעניש, איסלאנדיש און פֿאַראעזיש) זענען גאנץ ענלעך מיט אנאנד, און פיל סקאנדינאווער קענען פארשטיין די אנדערע שפראכן, אבער נישט גרינג.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער סקאנדינאווישער האלבאינזל איז א גרויסער האלבאינזל וואס ציט זיך מערב פון צפון־אייראפע איבערן צפון טייל פונעם באלטישן ים. נארוועגיע, שוועדן און טייל פון פֿינלאנד זענען אויפן האלבאינזל; אבער פינלאנד ווערט נישט גערעכנט א טייל פון סקאנדינאוויע, ווייל פיניש איז נישט קיין סקאנדינאווישע שפראך.