סמידאוויטש
סמידאָווטיש (רוסיש: Смидович) איז אַ יישוב אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פון רוסלאַנד.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]סמידאָוויטש איז געגרינדעט געוואָרן אין 1910 אונטערן נאָמען "אין" אַלס יישוב בִײַ דער אײַזנבאַן סטאַנציע, וואָס האָט דעמאלט געטראָגן (און טראָגט ביז איצט) דעם זעלבן נאָמען. אין 1934 איז דער נאָמען פונעם יישוב געביטן געוואָרן אויף סמידאָוויטש לויטן נאָמען פונעם באָלשעוויסטישן פּאַרטיי-טוער פּיאָטער סמידאָוויטש (1874 – 1935), וועלכער האָט צווישן אַנדערס פאַרנומען דעם פּאָסטן פונעם פאָרזיצער פון דעם מלוכה-קאָמיטעט פאַר ערד-אײַנאָרדענונג פון די ייִדישע אַרבעטנדיקע (קאַמזעט). אין דעם זעלבן יאַר איז דער יישוב געוואָרן דער אַדמיניסטראַטיווער צענטער פונעם נײַ-געשאַפענעם סמידאָוויטשער ראַיאָן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. די סמידאָוויטשער אײַזנבאַן-סטאַנציע "אין" געפינט זיך אויף דער וויכטיקער טראַנס-סיבירער אײַזנבאַן-מאַגיסטראַל - 100 קילאָמעטער צום מערב פון דער שטאָט כאַבאַראָווסק און 76 קילאָמעטער צום מזרח פון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. די באַפעלקערונג פונעם ישוב סמידאָוויטש האָט דערגרייכט איר מאַקסימום אין 1959 (אַריבער 9 טויזנט נפשות). פון דעמלט אָן האָט זי אַ באַשטענדיקע טענדענץ צו אַ פאַרקלענערונג. לויט די אָנגאַבן פון דער רוסלענדישער פאָלקסציילונג פון 2010 האָבן אין סמידאָוויטש געוווינט 5120 נפשות.
באַוווּסטע פּערזאָנען פאַרבונדן מיט סמידאָוויטש
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין סמידאָוויטש איז אין 1957 געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אַ באַוווּסטער רוסלענדישער קינאָ- און טעאַטער-אַקטיאָר פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג סעמיאָן סטרוגאַטשאָוו, וועכלער האָט אין 2008 באַקומען דעם ערן-טיטל "פאָלקס-אַרטיסט פון רוסלאַנד".