סינדי שעהין
געבורט |
10 יולי 1957 (אלט 67) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
סינדי שעהין (געבוירן 10טן יולי, 1957) איז אן אמעריקאנער אנטי-מלחמה אקטיוויסטקע וואס איר זון, קעסי איז געשטארבן אינדערמיט פון זיין דינסט אין דער איראק מלחמה אום 4טן אפריל, 2004, זייענדיג אין דער עלטער פון בלויז 24 יאר.
זי דאן געטס זי נישט אויף צו פראטעסטירן בושנס מלחמה בייטאג און ביינאכט, איבערהויפט האט זי זיך אויפגעהאלטן חדשים לאנג געוואונט געגעסן און געשלאפן אינדרויסן פון בושנס אפרוה הויז אין קראפארד, טעקסאס, וואו עס זאמלן זיך אן דארטן אירע סימפאטיקער און אויכט פראטעסטירער. זי האט א נאמען געגעבן אויף דעם פלאץ קעסי קעמפ נאך איר זון.
זי האט שוין אפיציעל זיך אפגעזאגט פון די שלום באוועגונג אין אמעריקע זאגענדיג אז די לינקע האבן איר אריינגעשטאכן פונקט אזויפיל מעסערס אין רוקן ווי די רעכטע.
דעם 8טן יולי האט זי געשטעלט אן אולטימאטום צו דער הויפט דעמאקראטישע קאנגרעס פרוי ספיקער נענסי פעלאסי אז אויב זי וועט נישט אריינטראגן אפיצעלע פאפירן צו אימפיטשען פרעזידענט בוש פאר זיינע פארברעכן אין אירע אויגן פון אויספאפן אמעריקע אריינצוגיין אין מלחמה מיט איראק דאן וועט זי לויפן פון סאן פראנסיסקא קעגן פעלאוסי איר אומציווארפן פון אמט.