סונדערלאנדער ישיבה
די סונדערלאַנדער ישיבה, ישיבת שארית הפליטה נצח ישראל, איז א ישיבה געגרינדעט געווארן אין דער שטאָט סונדערלאַנד, ענגלאנד, אין אקטאבער 1946 דורך רבי אריה לייב גראָסנאַס און רבי זושא וואַלטנער אויף דער איניציאַטיווע פון רבי אליהו אליעזר דעסלער. זי האט זיך אריבערגעצויגן קיין גייטסהעד אין יוני 1988, כאָטש עס האלט זיין אָריגינעל נאָמען, ווען די ייִדישע קהילה אין סונדערלאַנד איז געווארן צו קליין און ענדלעך האט זיך פֿארמאכט.[1]
אין די ערשטע יאָרן פון דער ישיבה זענען די בחורים געווען פֿון צפֿון־אַפֿריקע. היינט האט די ישיבה נאָענט צו 90 בחורים (2024), מערטסנס ענגלישע, אָבער אויך פון דער שווייץ, בעלגיע און די פאראייניגטן שטאַטן.
מגידי שיעור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער ערשטער ראש ישיבה איז געווען הרב זושא וואלטנער, נאך אים איז געווען ראש ישיבה הרב שמאי צאהן. דער איצטיקער ראש ישיבה איז הרב יענקל עהרענטרוי, און דער ראש קיבוץ איז הרב אברהם עהרענטרוי.
די מגידי שיעור אין דער ישיבה זענען:
• רבי אברהם חיים צאַהן, מאָרגן מגיד שיעור פֿון שיור א׳
• רבי שלמה קליין, נאָכמיטאָג מגיד שיעור פֿון שיור א׳
• רבי שמואל וואלף, מאָרגן מגיד שיעור פון שיעור ב׳
• רבי יענקעל רובענשטיין, נאָכמיטאָג מגיד שיעור פון שיעור ב׳
• רבי דוד צאַהן, מאָרגן מגיד שיעור פֿון שיעור ג׳
• רבי חיים ראָבערטס, ראש חבורה פֿון שיעור ג׳
דער יעצטיגער משגיח, רבי משה סאַלאָמאָן
דער קיבוץ
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער קיבוץ, אַ זאַמלונג פון שפּיץ בחורים، געגרינדעט אין 1996 דורך רבי יחזקאל עהרנטרוי. דער ראש פֿונעם קיבוץ, רבי אַברהם עהרענטרוי, איז אַ תלמיד פֿון רבי חאַצקל לעווענשטיין, און ער איז ראש פֿונעם גייטסהעד וועד הרבנים מיט נאך צוויי רבנים. דער משגיח פונעם קיבוץ איז רבי אפרים שמואל צאַהן.