סודעטן
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון סודעטענלאנד)
סודעטן (אדער סודעטנלאנד) איז געווען דער נאמען פון א געביט אין טשעכאסלאוואקיי, צווישן די צויי וועלט מלחמות, וואו אסאך פאלקסדויטשן האבן געוואוינט.
די נאציס האבן געזען אין די געגנט, א טייל פונעם דריטן רייך, און היטלער האט פארלאנגט פון עדווארד בענעש, פרעזידענט פון טשעכאסלאוואקיי, אפצוגעבן די געביט צו דער דייטשער רעגירונג.
בענעש האט נישט געוואלט, אבער האט מורא געהאט פון דייטשלאנד, דאס הילפסלאזקייט פון די גרויסמאכטן, איז געקומען צו א נייעם הויכפונקט, ווען די אליאירטע פון די טשעכישע האבן פארלאנגט, אז כדי צוריק צוהאלטן א מלחמה, זאל טשעכיי אפגעבן דאס געביט. טשעכאסלאוואקיי האט טאקע נאכגעגעבן, און דער פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד, נעוויל טשעמבערליין האט געהאלטן, אז ער האט פארמיטן אן אומגליק, און א נייעם קריג אויפן אייראפעישן קאנטינענט.