לדלג לתוכן

סובסטאנטיוו

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון סובסטאנסיוו)

א סובסטאַנטיוו אדער זאַכוואָרט (אויף ענגליש: noun) איז א ווארט וואס מען נוצט אנצורופן א מענטש, זאַך, פּלאַץ אדער באגריף, צום ביישפיל: טיש, בענקל, שטאט, מענטש, משה, בערל, לייכזיניגקייט און העראאיזם. דער זאכווארט איז דער עיקר באשטאנדטייל פון יעדער פראזע.

דאס קען פונקציאנירן אלס סוביעקט אדער אביעקט פון א ווערב.

דאס קען זיך טוישן ווי אזוי מען זאגט דאס צו לויט דער צאל, זאגט מען דאס בלשון רבים אדער בלשון יחיד (למשל, ווארט - ווערטער), צי פון לשון זכר צו לשון נקבה, צי בלשון פרט ווי ירושלים אדער בלשון כלל ווי שטאט.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ארטיקל (גראמאטיק)

פאר א סובסטאנטיוו קען קומען אן ארטיקל (למשל א, אן אדער דער, די, דאס א.ד.ג.) ווי אויך אן אדיעקטיוו.

אויף יידיש האט יעדער סובסטאנטיוו א מין: לשון זכר (מענלעך), לשון נקבה (ווייבלעך) אדער לשון סתם (נייטראל). נישט נאר זאכן געהערן צו א מין נאר אפילו ערטער (לענדער, שטעט) האבן א מין. דער געוויסער ארטיקל טוישט זיך אין יידיש לויטן מין פונעם סובסטאנטיוו, למשל: דער טיש, דער פעטער, די טיר, די מומע, דאס פלייש, דאס בענקל.