סובמארין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
צווייטע וועלט מלחמה סובמארין "USS Sea Owl"

א סובמארין איז א שיף וואס פארט אונטערן וואסער. אפט זענען סובמארינען קריג שיפן, אבער מ'קען זיי אויך ניצן פאר וויסנשאפֿטלעכע אדער מסחר צוועקן.

במשך די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמות, האט מען אנטוויקלט פראקטישע סובמארינען, בעיקר אין דייטשלאנד. זיי זענען געטריבן דורך א דיזל-עלעקטרישער סיסטעם. א דיזל מאטאר האט געדרייט א גענעראטאר וואס האט אנגעלאדן אסאך באטעריעס בשעת דער סובמארין איז געווען אויפן וואסער. מיט דעם קראפֿט האט מען געטריבן דעם סובמארין ווען ער איז געטונקען אונטער דעם וואסער. ווען די דאזיגע סובמארינען זענען געווען אונטער דעם וואסער זענען זיי געווען א געפאר פאר זייערע שונאים און ס'איז געווען שווער צו זען זיי אבער ווען זיי זענען געווען אויפן וואסער אנצולאדן איז געווען גרינג צו אטאקירן זיי.

רוב מאדערנע מיליטערישע סובמארינען זענען באכוחט מיט יאדערלעכע רעאקטארן. די סובמארינען האבן א סיסטעם צו באקומען לופט פונעם ארומיגן ים-וואסער, אזוי קענען זיי בלייבן אונטער דעם וואסעט ביז עס בלייבט נישט קיין עסן. זייערע וויכטיקסטע פונקציאנען זענען אטאקירן שיפן אדער ארויסשיסן ראקעטן, למשל קרייס מיסלען אדער יאדערלעכע מיסלען. זענען פֿאראן צוויי ערליי סובמארינען: אטאק סובמארינען, וואס זענען קליין און גיך און אטאקירן אנדערע סובמארינען און אויבערפלאך שיפֿן מיט אן אונטערוואסער באמבע וואס הייסט א טארפעדע, און מיסלען סובמארינען, וואס זענען גרעסער און פאמעלעכער, און אויספלאנעוועט בעיקר צו שיסן מיסלען צו ווייטע צילן אויף דער יבשה. מיסלען סובמארינען זענען גענוג גרויס צו טראנספארטירן קאמאנדאס.