סאפארי (בלעטערער)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון סאפארי)

סאַפֿאַרי (ענגליש: Safari) איז אן אינטערנעץ בלעטערער פון עפל וואס קומט צוזאמען מיט מאק אס צען, די אקטואלע ווערסיע פון דעם אפערירן סיסטעם פאר מאקינטאש קאמפיוטערס.

סאפארי איז דער בלעטערער אריינגעבויט אין iPhone און iPod touch אפאראטן.

פון 2007 ביז 2012 האט מען ארויסגעגעבן א ווערסיע פאר פערזענלעכע קאמפיוטערס וואס ארבעטן מיט Windows.

אזוי ווי אנדערע בלעטערערס, למשל מאזילע פיירפאקס און אפערע, סאפארי דערמעגלעכט נאוויגירן מיט צינגעלעך (טאבס). אין סאפארי איז אויך דא א גוגל זוך מאשין, שטיץ פאר RSS און א בלאקער קעגן אויפשרונג (פאָפאַפ) פענצטער.

היינטיגע בלעטערערס
אינטערנעט עקספלארער | אפערע | אראכנע | כראם | מאקסטאן | סאַפֿאַרי | פייערפוקס | קאמינא | K-Meleon | Konqueror | Netscape | OmniWeb | SeaMonkey | Shiira