סאווע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
די סאָװע

די סאָװע (אױך אַ נאַכטפֿױגל אדער א אוילע) איז אַ רויב פױגל װאָס פליט און אקטיוו געװײנטלעך נאר בײנאכט. עס האט ספּעציעלע פעדערן װאָס מאכן נישט קײן קלאנג װען ס'פליט די פליגלעך. סאוועס פאנגען קלײנע זױג-חיות, צום ביישפיל מײז, קיניגלעך, װעװערקעס (אויף אונגארישן דיאלעקט "מאָיקושן") און אפילו קלײנע קעץ. קלײנע סאוועס שפייזן זיך אויכעט פון פליענדיגע און קריכנדיגע אינסעקטן. סאוועס װאױנען אין נעסטן, אינעווייניג פון די ביימער אדער אין דעכער פון פארשידענע געביידעס, און בפרט אין שײערן אדער אנדערע בנינים װעלכע געפינען זיך אױף פאַרמען. עס זענען פאראן פילצאליגע סארטן סאוועס, מער װי 200 פארשידענע זגאַלן. סאָװעס זענען פארשפרייט אױף אַלע קאנטינענטן אויסער פון אנטארקטיקע.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]