נתן זהבי
מראה
געבורט |
27 אקטאבער 1946 (אלט 78) תל אביב-יפו, בריטישער מאנדאט |
---|---|
מדינה | ישראל |
נתן זהבי (געבוירן ב' חשוון ה'תש"ז, 27סטן אקטאבער 1946) איז א זשורנאליסט, פובליציסט, בראָדקאַסטער אין דער 103 FM ראַדיאָ סטאנציע, א ישראלדיקער אקטיאר און פילם פּראָדוצירער און געווינער פון די "סאָקאָלאָוו פרייז" (2000).
זהבי איז געבוירן געווארן און אויפגעוואקסן אין תל אביב, דער זון פון יעקב און שרה זהבי און דער יינגערער ברודער פון רעדאקטאר און ליטעראַטור קריטיקער אַלעקס זהבי און געלערנטער אבינועם זהבי. די פאמיליע האט געטוישט איר נאמען פון גאלדוויץ ווען זיי האבן אימיגרירט אין ארץ ישראל. זיין פאטער, יעקב זהבי (1903-2005) האָט אימיגרירט קיין ארץ ישראל אין 1926, צום סוף פון דער פערטער עליה. די רעשט פון דעם פאטער'ס משפּחה זענען אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע. זהבי האט געלערנט אין העל נעבאר שולע. ער האט געענדיקט בלויז אַכט יאָר פון שולע.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
נתן זהבי