נחש הקדמוני
נחש הקדמוני (די ערשטע, אור־אַלטע שלאַנג), דער ספּור אין חומש בראשית ג' װעגן נחש (שלאנג) װאָס איז געווען צוזאַמען מיט אדם און חוה אין גן עדן און האָט אָנגערעדט חוהן אַז זי זאָל עסן פון די פאַרבאָטענע פרוכטן פון עץ הדעת און געבראכט די קללה אויף מענטשן, ווערט אין די דברי אגדה פון תלמוד און מדרש אויסגעטייטשט אויספירלעך. אין דער גמרא סנהדרין כ"ט הייסט ער "נחש הקדמוני" און ער ווערט דאָרט באַטראַכט אַלס דער "מסית", דער אָנרעדער צו שלעכטס. אין סוטה ט' ווערט געזאָגט, אַז דער נחש הקדמוני איז געווען װי אַ מענטש, געגאַנגען אויפגעשטעלט, און איז געווען דער מלך איבער אַלע בהמות און חיות. די גמרא עבודה זרה כ"ב זאָגט אין נאָמען פון רבי יוחנן, אַז דער נחש האָט געהאַט באַציאונגען מיט חוה און דאַדורך האָט ער אַריינגעגעבן אַ אומריינקייט ("זוהמא") אין אַלע מענטשן, נאָר ביי די יידן נעמענדיק די תורה אויפן באַרג סיני, האָט די אומריינקייט אויפגעהערט. דער מדרש תנחומא בראשית זאָגט, אַז דער נחש איז דער יצר הרע.
קוואלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „נחש הקדמוני” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.