נארוועגיש
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון נאָרוועגיש)
נארוועגיש (norsk נארסק) איז א סקאנדינאווישע (נארד גערמאנישע) שפראך, פון די אינדא-אייראפעישע שפראכן, וואס ווערט גערעדט צווישן 4.6 מיליאן מענטשן, כמעט אלע אין נארוועגיע, וואו זי איז די אפיציעלע שפראך.
נארוועגיש איז גאנץ ענלעך צו שוועדיש און דעניש סיי אין אויסרעד, סיי אין גראמאטיק און סיי אין וואקאבולאר. די אנדערע צפון־גערמאנישע שפראכן זענען איסלענדיש און פֿאַראיש.
נארוועגישע גראמאטיק, גלייך מיט שוועדיש און דעניש, איז זייער פשוט, מיט וועניג בייגונגען פון ווערבן, נאך ווינציגער ווי ענגליש. מען שרייבט נארוועגיש מיט גלחישער שריפט, צוזאמען מיט נאך א פאר ספעציעלע אותיות אזוי ווי דעניש. צווישן דעם 16טן יארהונדערט און דעם 19טן יארהונדערט איז די אפיציעלע געשריבענע שפראך אין נארוועגיע געווען דעניש.
וויקיפּעדיע אויף נארוועגיש |