נארד ריין-וועסטפאליע
נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע Nordrhein-Westfalen | |||||
| |||||
שפּראַכן | סטאַנדאַרט דײַטשיש, נידערדײטש | ||||
הױפּטשטאָט | דיסלדאָרף | ||||
גרינדונג דאַטום | 23סטן אױגוסט 1946 | ||||
שטח | 34,088.01 קװאַדראַט ק״מ | ||||
באַפֿעלקערונג צאָל | 17,845 | ||||
באַפֿעלקערונג געדיכטקײט | 523 אײנװױנערס אַ קװאַדראַט ק״ם | ||||
פּרעמיער מיניסטער | האַנעלארע קראַפֿט | ||||
אָפֿיציעלער קאָד | DE-NW | ||||
װעב זײַט | www.nrw.de |
נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע, אדער צפון רײן־װעסטפֿאַליע (דײַטש: Nordrhein-Westfalen, נידערדייטש: Noordrhien-Westfalen) איז אַ דײַטשלענדיש לאַנד, װאָס געפֿינט זיך אין מערבֿ־דײַטשלאַנד. די הױפּטשטאָט איז דיסלדאָרף. דאָס לאַנד האָט די גרעסטע באַפֿעלקערונג צװישן אלע דײַטשע לענדער מיט 17,878,000 אײַנװױנערס. דער שטח איז 34,088.01 ק״װ ק״ם: דאָס פֿיר־גרעסטע לאַנד, אָבער מײנסט געדיכט באַװױנט. דאָס לאַנד איז באַגרינדעט געװאָרן אין 1946 װי אַ סכום פֿון פֿריערדיקע פּרײסישע פּראָװינצן רײנלאַנד (נאָר די צפֿונדיקע טײל) און װעסטפֿאַליע.
באַפֿעלקערונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאָס האַרץ פֿונעם לאַנד איז די רור געגנט, װאָס איז מיט אירע 5,172,745 מיליאָן אײַנװױנערס די מערסטן באַפֿעלקערטע שטאָט־אַגלאָמעראַציע אין דײַטשלאַנד. פֿונדעסטװעגן, די צװײ גרעסטע שטעט קעלן (די פֿירט גרעסטע שטאָט אין דער מלוכה) און דיסלדאָרף (די הױפּטשטאָט) געהערן צו אירע אײגענע געביטן. די צען גרעסטע שטעט זענען די פֿאָלגנדיקע:
פּאָזיציע | נאָמען | באַפֿעלקערונג, צאָל 2010 | שטח, ק״װ ק״ם | געדיכטקײט, אַ ק״װ ק״ם |
---|---|---|---|---|
1 | קעלן | 1,000,660 | 405.15 | 2,470 |
2 | דיסלדאָרף | 586,564 | 217.01 | 2,703 |
3 | דאָרטמונד | 580,688 | 280.37 | 2,071 |
4 | עסן | 575,027 | 210.38 | 2,733 |
5 | דיסבורג | 501,564 | 232.81 | 2,154 |
6 | באָכום | 385,626 | 145.43 | 2,652 |
7 | װוּפּערטאַל | 359,237 | 168.37 | 2,134 |
8 | בילעפֿעלד | 326,925 | 257.83 | 1,268 |
9 | באָן | 312,818 | 141.22 | 2,215 |
10 | מינסטער | 270,868 | 302.91 | 894 |
לענדער פון דער פעדעראלער רעפובליק פון דייטשלאנד | ||
---|---|---|
לענדער | ||
שטאָט לענדער |