משה בראנשטיין
משה בראָנשטיין (עספּעראַנטאָ: Mikaelo Bronŝtejn, רוסיש: Михаил Бронштейн, געב. אין פּראָסקוראָוו 7טן יולי 1949) איז אַן עספּעראַנטאָ-שריפטשטעלער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג. ער פאַרעפנטלעכט זײַנע ווערק אויך אונטערן פּען-נאָמען Bruna Ŝtono.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]משה בראָנשטיין איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט פּראָסקוראָוו (איצט כמעלניצקי) אויף אוקראַינע. ער האָט אויסגעלערנט די שפּראַך עספּעראַנטאָ און איז געוואָרן טעטיק אין דער עספּעראַנטאָ-באַוועגונג אין 1962. אין דער עלטער פון 18 יאָר איז משה בראָנשטיין אַריבערגעפאָרן קיין רוסלאַנד, וווּ ער וווינט ביז איצט. די שפּראַך פון זײַן אָריגינעלער ליטעראַרישער שאַפונג איז עספּעראַנטאָ. משה בראָנשטיין האָט אַרויסגעגעבן 5 לידער-זאַמלונג, צוויי ראָמאנען, ווי אויך פילצאָליקע דאָקומענטאַלע פאַרצייכענונג און איבערזעצונגען אין עספּעראַנטאָ פון רוסיש און אוקראַיִניש.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אינטערוויו מיט משה בראָנשטיין וועגן עספּעראַנטאָ אויף אוקראַיִנישער טעלעוויזיע (אויף אוקראַיִניש)
- עלעקטראָנישער קאַטאַלאָג פון משה בראָנשטיינס ווערק (אויף עספּעראַנטאָ)