מעספאן
מראה
מעספאן איז א פיר-עקיגער קוכן, געמישט פון צומאלענע מאנדלען מיט צוקער און אביסל קארדעמאן. מען לאזט עס ווייקן אביסל אין רויזן-וואסער, דערנאך שמירט מען עס אהן מיט איי-ווייסעכל און מען באקט עס אין אויוון פאר עטליכע מינוט.
די יודן אין איראק פלעגן דאס עסן לכבוד פורים.
דער זעלבער רעצעפט אויב מען מאכט עס רונדיג, האט געהייסן חאדזשי באדא.