מעכל דארפמאן
געבורט |
1913 קאמעניץ, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
30 יולי 2006 (אלט 93 בערך) ירושלים |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד, ישראל |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
פאך | רב |
ר' יחיאל מיכל דארפמאן ז"ל (אנגערופן מעכל) בן דוד און חנה פערל, (ה'תרע"ג - ה' אב ה'תשס"ו) איז געוועזן פון די חשובי אנ"ש דחסידי ברסלב און דער פארזיצער פון דעם ועד העולמי דחסידי ברסלב. ער איז געווען פון די איינציקע וואס זיינען נאך געקומען פון די ארגינעלע ברסלעווער פון אומאן.
ער איז געווען אן איידעם ביי איינע פון די חשובסעט פארבליבענע ברסלעבער חסידים פון אמאליגן דור, זיין שווער איז געווען ר' אברהם שטערנהארץ, ר' אברהם איז געווען אין ברסלב א גרויסער יחסן, ער איז געווען א אייניקל סיי פון ר' נתן מברסלב, און סיי פון טשערינער רב. זיין מאמע איז אוועק יונגערהייט און ער איז אויפגעוואקסן ביים טשערינער רב, דעריבער האט ער אסאך געקענט פון חסידות ברסלב.
ר' מיכל איז געבליבן אין רוסלאנד און אין אוקריינא נאכן צווייטן וועלט קריג, ער איז פון די איינציגע אידן וואס זענען געפארן צום קיבוץ אין אומאן פון שנת ה'תשט"ז, ער איז ארויף קיין ארץ ישראל אין שנת ה'תשל"ב, ווען ר' לוי יצחק בענדער איז נפטר געווארן אין יאהר ה'תשמ"ט, האט ער איבערגענומען די הנהגה פון די ברסלבער שוהל אין מאה שערים אין ירושלים.
אזוי ווי ער איז געווען א זקן, האבן זיך אסאך ברסלעבער חסידים מכניע געווען אונטער איהם און געהערט זיין מיינונג.
ה' אב ה'תשס"ו איז ער אוועק פון קרעבסקראנקייט אין זיין לעבער.