מנחם דער חבר פון הלל
מראה
מנחם איז געווען אב"ד און די צייטן פון הלל הנשיא, אבער ער איז ארויס געגאנגען ארבעטן פאר דעם רוימישן קעניגרייך (חגיגה טז:). ווען ער איז געווארן אויס אב"ד האט איהם שמאי איבערגענומען.
מנחם איז געגאנגען ארבעטן צוזאמען מיט נאך אכציג מענטשן אלע זענען געווען אנגעטוהן מיט גאלדענע קליידער.
עס שטייט אין ספר בן גריון אז מנחם איז געווען זייער א קלוגער מענטש, ער האט ממש געווען ווי נביא, ווען ער האט געזעהן אמאל הורדוס אלס קליין קינד האט ער נביאות געזאגט אז אט דער קליינער וועט זיין א קעניג ביי אידן מער פון דרייסיג יאהר, אזוי איז הורדוס טאקע געווען א קעניג זיבן און דרייסיג יאהר, הורדוס האט איהם דערפאר באקליגט מיט אסאך עשירות.