מנחם בנימין בן-ציון ראטטענבערג
רבי מנחם בנימין בן-ציון הלוי ראטטענבערג זצ"ל, (ה'תרמ"א - כ"ג ניסן ה'תשי"ז), וואוידיסלאווער רבי אין ברוקלין.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מנחם בנימין בן-ציון איז געבוירן אין וואלבראם אין יאר ה'תרמ"א, צו זיין פאטער, הרב אהרן האלבערשטאם, רב אין ביאלא-ביליץ, א זון פון הרב יוסף זאב האלבערשטאם, רב אין באכניא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רבקה רחל א טאכטער פון הרב אלטער מאיר דוד הלוי ראטנבערג , רבי פון וואלבראם, א זון פון הרב יצחק מענדל הלוי ראטנבערג, א זון פון הרב פנחס הלוי ראטנבערג, פון אפטא, א זון פון הרב מאיר הלוי ראטנבערג פון אפטא, דער אור לשמים.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרפ"ב איז רבי מנחם בנימין בן-ציון געקומען קיין אמעריקא און געעפענט זיין בית המדרש "דברי חיים", ער איז געווען פון די אנפירערס פון אגודת ישראל און פון אגודת האדמורי"ם.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מנחם בנימין בן-ציון נפטר געווארן כ"ג ניסן ה'תשי"ז.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרנ"ט האט רבי מנחם בנימין בן-ציון געהייראט בזיווג ראשון מרת ברכה א טאכטער פון הרב מרדכי זאב הלוי שטערנפעלד-הורוויץ, זי איז נפטר געווארן ט' אייר ה'תרס"א.
אין יאר ה'תרס"ג האט רבי מנחם בנימין בן-ציון געהייראט בזיווג שני מרת הענא רעכיל א טאכטער פון הרב אברהם חיים ראובן ראטנבערג, רב אין וואוידיסלאוו. זייערע קינדער:
- הרב יעקב משה האלבערשטאם.
- הרב יצחק שלום ראטטענבערג-האלבערשטאם.
- אברהם ראטטענבערג.
- אלטער ראטטענבערג.
- מרת רבקה.
- מרת גאלדא.
- מרת רייזל.
- הרב מאיר דוד ראטענבערג.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר