לדלג לתוכן

מישא אלעקסאנדראוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
מישא אלעקסאנדראוויטש
קיין פריי בילד
געבורט 23 יולי 1914
לעטלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 3 יולי 2002 (אלט 87)
מינכן, דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה לעטלאנד, סאוועטן פארבאנד, רוסלענדישע אימפעריע, ישראל, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מיכאל (מישאַ) אַלעקסאַנדראוויטש (רוסיש: Александрович, Михаил Давидович;‏ 23סטן יולי 1914 - 3טן יולי 2002) איז געווען א חזן און זינגער.

ער איז געווען חזן אין ריגע, מאנטשעסטער און קאוונע.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן צו זיין פאטער דוד אין יאר 1914 אין בערגער (לעטיש: Bērzpils), וויטעפסקער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע (היינט לעטלאנד).

זיין ערשטער עפנטלעכער קאנצערט איז פארגעקומען אין ריגע.

ער האט אנגעהויבן לערנען מוזיק אין דער ריגער קאנסערוואטאריע. אין די יארן 1934-1936 האט ער פארגעזעצט זיין מוזיקאלישע בילדונג אין מילאן ביי פראפעסאר דין דזשילי.‏[1]

ביי דער צווייטער וועלט קריג האט מען אים געברענגט צו זינגען פאר דער רויטער ארמיי. ער איז געווארן אן אנערקענטער אינטערנאציאנאלער זינגער.

אין די 1970ער יארן האט מען אים ערלויבט ארויסצופארן פון רוסלאנד.

ער איז געווען חזן אין ישראל, די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע. ווי אויך האט ער געהאלטן אסאך קאנצערטן איבער דער וועלט און רעקארדירט אסאך קאמפאזיציעס און לידער.

אין 2002 איז ער נפטר געווארן אין מינכן, דייטשלאנד.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ל. פאדריאשטיק, אויפן דעקל פון דער פלאטע "דאס יידישע ליד"