מזכרת שם הגדולים
מראה
מזכרת שם הגדולים איז א ספר פארפאסט און ארויסגעגעבן געווארן דורך משה חיים קליינמאן פון דער שטאט בריסק אין ליטא. דאס ספר אנטהאלט איבער הונדערט זייטן.
ער איז געווען א זון פון אברהם יוסף וואס איז געווען א זון פון ר' ארעלע קאמעניצער.
ער באשרייבט אכצן צדיקים תלמידים פונעם בעל שם טוב.
אט זענען די נעמען לויט דעם סדר פון די יארצייטן:
- "אור יצחק", ר' איציקל דראביטשער, ז' ניסן תק"י.
- "קדושת אהרן", ר' אהרן הגדול פון קארלין, י"ט ניסן תקל"ב.
- "מרום הרים", ר"ר מיכלע זלאטשאווער (זלאטשאווער מגיד), כ"ה אלול תקמ"א.
- "נועם אלימלך", ר"ר אלימלך פון ליזשענסק, כ"א אדר תקמ"ו.
- "מקור חיים", ר' חיים חייקא פון אמדור, כ"ג אדר תקמ"ז.
- "תפארת שלמה", ר' שלמה קארלינער, כ"ב תמוז תקנ"ב.
- "אמרי רז", ר"' זושא פון האניפאלי, ב' שבט תק"ס.
- "פרשת מרדכי", ר' מאטעלע נעשכיזער, ח' ניסן תק"ס.
- "גדולת מרדכי", ר' מרדכי לעכאוויטשער, י"ג שבט תק"ע.
- "איש יהודי", דער איד הקדוש פון פרשיסחא, י"ט תשרי תקע"ד.
- "עזרת ישראל", דער קאזשניצער מגיד, י"ד תשרי תקע"ה.
- "תועפת ראם", ר' אורי סטרעליסקער, כ"ג אלול תקע"מ.
- "ברכת אברהם", אפטער רב, ה' ניסן תקפ"ה.
- "הדרת חן", ר' נח לעכאוויטשער, ח' תשרי תקצ"ג.
- "מאמר מרדכי", ר מאטעלע טשערנאבלער, כ' אייר תקצ"ז.
- "חמדת שלמה", ר' שלמה לייב לענטשנער, י"ט ניסן תר"ג.
- "עטרת ישראל", דער רוזשענער, ג' חשון תרי"א.
- "תורת משה", ר' משה קאברינער, כ"ט ניסן תרי"ח.