לדלג לתוכן

מוסטער רעדן:פרום

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

וואס איז דער אויפטו פון דעם מוסטער? אויב האלטסטו אז עפעס איז צו פרום געשריבן קענסטו דאך עס טוישן. איך האלט אז מאכן סתם מוסטר'ן אין די וועלט אריין, ווי למשל, צו משוגע געשריבן אדער א מוסטער אז אן ענין איז פריי וכדו' איז א משוגעת און פוילקייט און שטיפט די ליינער צו אטאקירן און לעיבלעלן דעם ארטיקל ווי נישט גוט, ווי איידער איר צו פארעכטן. --38.117.192.99 16:30, 2 פֿעברואַר 2006 (UTC)[ענטפֿער]

פארקערט! מיין מטרה איז צו ערלויבן צו שרייבן אויך עקסטרימישע פרומע דעות אויב עס וועט זיין אונטער דעם מוסטער "פרום".
איך האב געקלערט אז וויבאלד עס זיינען דא א סך (און אפילו רוב) פרומע יידיש רעדנערס, איז ראוי צו זיי ערלויבן זיך ארויסשרייבן קלאר און גענוי אן קיין באַגרענעצונג.
אויב דו קלערסט דאך אז עס איז א פעלער דאס צו טאן, וועל איך דאס אראפנעמען. רוני 17:30, 2 פֿעברואַר 2006 (UTC)[ענטפֿער]
(ביים ווערט "זעלבסטמארד" האט טאקע נישט געפאסט איר שטעלן, אבער צ.ב.ש. אינעם ווערט געי א.ד.ג. מיין איך אז עס פאסט יא) רוני 17:33, 2 פֿעברואַר 2006 (UTC)[ענטפֿער]