לדלג לתוכן

אל־כוואריזמי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מאכאמאד איבן מוסא אל־כוואריזמי)

מוכאמאד איבן מוסא אל־כוואַריזמי (פּערסיש: محمد بن موسى خوارزمی, אַראַביש: محمد بن موسى الخوارزمي) איז געווען א פערסישער מאטעמאטיקער, אסטראנאם און געאגראף. ער איז געבוירן בערך 800 און האט געלעבט ביז בערך 850, אין דער תקופה פון דער אבאסישער אימפעריע. ער האט געשריבן א בוך וועגן אלגעברע. אויך האט ער געשריבן וועגן הינדו אראבישע ציפערן. ווען זיינע געשריפטן זענען אנגעקומען קיין אייראפע האט עס געשאפט א מהפכה דארטן אין מאטעמאטיק. אנשטאט די רוימישע צאלן ( ... ,I, II, III, IV, V, VI, VII, VIII, IX, X, XI, XII) וואס מ'פלעג ניצן ביז דעמאלסט, האט מען אנגעהויבן ניצן די אזוי־גערופענע אראבישער צאלן (0, 1, 2, 3, 4, 5, 6, 7, 8, 9, 10, 11, 12,13...), וואס האבן צוויי גרויסע מעלות פאר רעכענען. ערשטנס איז די פלאץ־ווערט סיסטעם, וואו מען ניצט איבער שטענדיק די זעלבע צען ציפערן, נאר מען חשבונט זייער ווערט לויסט וואו זיי שטייען. און צווייטנס האט מען א נול ציפער, 0.

אל־כוואריזמי איז געבוירן געווארן צווישן 780 און 800 אין דער שטאט כיווא, כוואריזמער געגנט (היינט אין אוזבעקיסטאן). שפעטער האט זיך די משפחה געצויגן קיין באגדאד. זיין וויסנשאפטלעכע ווערק האט ער געשריבן אין אראביש, אויבוואויל זיין מוטערשפראך איז געווען פערסיש. ער האט געשריבן ביכער וועגן פארשידענע געביטן: אלגעברע, טריגאנאמעטריע, אסטראנאמיע, געאגראפיע און קארטאגראפיע.

ער האט דערפינדן די פארמל פון א קוואדראטישער גלייכונג.

דאס ווארט "אלגאריטם" איז א פארגרייזטע ווערסיע פון זיין נאמען.

אל־כוואריזמי איז געשטארבן אין באגדאד בערך אין יאר 850.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אל־כוואריזמי