מאור עינים (טשערנאביל)
מאור עינים איז א ספר געשריבן דורך רבי מנחם נחום טווערסקי, דער מייסד פונעם טשערנאבילער חסידות.
דעם ספר האט מסדר געווען זיין תלמיד הרב אליהו, בכדי צו פארשטארקן דאס חסידות. דער ספר איז אוועקגעשטעלט ווי א פירוש על-פי דרך הדרש והמוסר אויף די סדרות און די ימים טובים.
דער "מאור עינים" ווערט פאררעכנט אלץ איינע פון די ספרי יסוד החסידות, עד כדי כך אז טייל רבי'ס האבן געהייסן זייערע חסידים צו האלטן דעם ספר אינעם טלית בייטל אלס סגולה. אנדערע האבן אויך מקפיד געווען צו לערנען אינעם ספר טאג טעגלעך.
אינעם ספר ווערט דערמאנט דריי מאל אימרות וואס ער האט געהערט מפי "מורי" (דאס מיינט דעם בעל שם טוב). רבי נחום ווערט פאררעכנט פאר איינעם פון די עלטסטע תלמידים פונעם מגיד, וועמען ער ציטירט אסאך מאל אין ספר.
ביים סוף פון ספר ווערט געדרוקט א חיבור "ישמח לב", אויך פונעם זעלבן מחבר, אויף מסכתות אין ש"ס.
די צוויי חיבורים ווערן גערופן אויפן נאמען פונעם פסוק: "מאור עינים ישמח לב" וואס מיינט די תורה.