מאגנישאוו
|
מאגנישאוו (פויליש: Magnuszew) איז א דארף אין קאזשניצער גראפנשאפט, מאזאוויער וואיעוואדעשאפט, פוילן, אויפן ברעג פונעם ווייסל, 23 ק״מ צפון־מערב פון קאזשניץ. מאגנישאוו האט געהאט א גרויסע יידישע קהילה ביז דער חורבן אייראפע.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די זידלונג איז ערשט דערמאנט געווארן אין דעם 12טן יארהונדערט, און אין יאר 1377 האט מען איר געגעבן די רעכטן פון א שטאָט. אינמיטן דעם 17טן יארהונדערט ביי דער שוועדיע אינוואזיע, איז די זידלונג געווארן פארברענט, אבער שפעטער האט מען זי רעסטאוורירט.
ביים סוף פונעם 18טן יארהונדערט האט מען אוועקגענומען פון מאגנישאוו דעם סטאטוס פון א שטאט.
יידן אין מאגנישאוו
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שוין אינעם 18טן יארהונדערט האבן געוואוינט אין דער שטאט א סאך יידן. צווישן די מערסט בארימטע יידישע איינוואוינער ווערן גערעכענט רבי יצחק מאיר אלטער, דער חידושי הרי"ם און גרינדער פון גערער חסידות, און רבי אברהם יוסף קרייזווירט, מחבר פונעם ספר בית אברהם און פאטער פונעם אנטווערפענער רב, רבי חיים קרייזווירט. צווישן די צוויי וועלט-מלחמות האבן געוואוינט אין מאגנישאוו עטלעכע 750 יידן, העלפט פון דער באפעלקערונג. ווען די דייטשן האבן איינגענומען דעם יישוב אין סעפטעמבער 1939, האט מען ארויפגעלייגט אויף די יידן צוואנג־ארבעט, און אין מערץ 1941 האט מען זיי אלע קאנצענטרירט אין א געטא וואס מען האט אויפגעשטעלט דארט, אין וואס מ׳האט אריינגעברענגט יידן פון די ארומיגע דערפער.
אין סעפטעמבער 1942 האט מען אריבערגעפירט 1,200 יידן פון דער געטא צום קאזשניצער געטא, און פון דארט האט מען זיי געשיקט צום טרעבלינקע פארניכטונגס לאגער.