לעגא מיניפיגור

פֿון װיקיפּעדיע
אַ לעגאָ סקולפּטור פֿון אַ מיניפֿיגור ביי לעסטער סקווער, לאָנדאָן

א לעגאָ מיניפֿיגור אדער לעגאָ פּערזאָן (ענגליש: LEGO Minifigure) איז א קליינע פֿיגור אין לעגאָ שפילכלעך. מען קען באַקומען מיניפֿיגורן אין לעגאָ פּעקלעך אדער קויפֿן זיי באַזונדער אלס שליסלקייטן און מאגנעטן. אין 1975 זענען מיניפֿיגורן געווארן די זעלבע גרייס ווי מיניפֿיגורן היינט, אבער אָן באַוועגלעכע ארעמס אדער פֿיס. זיי האבן געהאַט אַ קליינע פֿאַרשיידנקייט פֿון קאָפ-טיילן ווי היטלעך, צעפל האר און קובוי היטלען. זייט 1978 קומען מיניפֿיגורן מיט אַ סך מער קליידונג, היטלען, העמדער און הויזן. זיי האבן אנגעהויבן דערשיינען אין פּעקלעך, צווישן זיי "שטערן קריג". היינט ווערן מיניפֿיגורן באַנוצט אין אַ סך לעגאָ פּעקלעך.