לדלג לתוכן

לעבן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון לעבעדיגע)

לעבן איז דאס המשך פון געשעענישן און צייט אפּשניט וואס לויפט אדורך אויפן ארגאניזם פון געבורט ביזן טויט.

פארקערט ווי טויט, פילט מען זאכן.

מען דארף ארבעטן שווער כדי צו האבן א גוט לעבן, און אפילו א שלעכט לעבן קומט אן זייער שווער. מען דארף האבן געלט צו וואוינען אונטער א דאך, עסן צו שטילן די הונגער, ,און קליידונג נישט צו זיין פארשעמט אדער קאלט.

מ'האט חתונה און געבוירן קינדער פארצוזעצן לעבן נאך די אייגענע טויט אוף ווייטערע דורות.

"ביאמענטי" הייסט דאס וויסן אויב א מענטש וואס איז געבוירן וועט בלייבן לעבן אדער וועט זיין א נפל.

"ביאמאטי" הייסט די צעטיילן די צייטן פון לעבן פון א מענטש אויף קלענערע חלקים.

"ביאכעמיע" מיינט ווי עס בייט זיך געוויסע חלקים אין א מענטש דורכאויס זיין לעבן.

אלע לעבעדיקע ארגאניזמען—סיי פלאנצן, בעלי חיים, שוואמען, פראטיסטן, ארכעען און באקטעריע—זענען א צעלולארישע פארעם באזירט אויף קוילנשטאף און וואסער מיט א קאמפלעקסער ארגאניזאציע און גענעטישע אינפארמאציע וואס ווערט גע'ירשנט.


לויט די רעליגיע און טראדיציע איז די לעבן נאר א פאָרשפּיל פון אמת'דיגן לעבן וואס דאס איז עולם הבא, און ווען מען שטאַרבט איז דאס ערשט די ריכטיגער געבורט פאר דעם אייביגן לעבן, וואס איז אויסגעפארעמט לויט די מצוות און מעשים טובים און אויסגעארבייטע מדות אויף די לעבן וואס ווערט אנגערופן עולם הזה.