לייביש טייטלבוים (קווינס)
מראה
ר' לייבוש טייטלבוים איז א משגיח און משפיע רוחני און מנהל בוקר וערב אין קווינס ישיבה.
ער איז א תלמיד פון דער סאטמארער ישיבה גדולה קרית יואל
ער איז א קנאי מיטן האלט דרשות מוחה צו זיין אויף וואס עס לאזט זיך נאר.
ער קומט שוין אין ישיבה 5:00 פארטאגס, מיט א ספעצילע "פינף'ווע" באס וואס איז צוגעשטעלט פאר בחורים מתמידים וואס ווילען אויפשטיין נאך פאר פארטאגס לערנען אין ישיבה.
אויך האט ער א ליל שישי כולל אין וויליאמסבורג ספעציעל פאר אגאנצן נאכט לערנען פון אידן.
די נפחה טאנץ
דאס איז א גאר אינטערסאנטע טאנץ וואס יעדער איז ישיבה ווייסט צו זאגן,דאס קומט פאר פרייטאג צונאכטץ נאכן סעודה פון רבינו שליט"א און די האלוועי פון די בית המדרש. א מאדנע ספעקטאקל שפילט זיך אפ יעדע וואך ווען עס טאנצן אינאיינעם אלע מיני בחורים,פון גאר שוואכע ביז גאר פרומע, מען טאנצט יעדע וואך די זעלבע נגינים א שטייגער ווי , לאך פון די וועלט, ה' הוא מלקינו און מען האקט א קעגן די בחירות און קעגן דף היומי און קעגן די האטליין בחצרות פון מאל צו מאל,און צומאל נגינים אן קיין ווערטער, די נאמען "נפחה טאנץ" נעמט זיך פון דעם וואס א גרויסע טייל בחורים גייען נישט אהין פאר די טענץ, נאר פאר.....וד"ל