ליטווישער יידיש

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ליטווישער, אָדער צפון־מזרחדיקער, יידיש איז איינער פון די מאָדערנע דיאַלעקטן פון יידיש, היסטאָריש אַנטוויקלט אין צפון־מזרח אייראָפּע, אין דער יידישער ליטע. ליטווישער יידיש געהערט צו דער מזרחדיקער צווייג פון יידיש, וואָס איז אויך כולל פּוילישן און אוקראַאינישן/וואָלינער דיאַלעקטן.

פאַרשפּרייטונג און סובדיאַלעקטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער ליטווישער דיאַלעקט איז געווען פאַרשפּרייט אינעם שטח פון ליטע, דעם קלאַסישן גבול פון ליטווישע יידן, די ליטוואַקעס, וואָס איז כולל די היינטיקע ליטע גופא, לעטלאַנד, ווייסרוסלאַנד און אויך קליינע קאַנטן פון פּוילן און אוקראַינע. די לינגוויסטישע גרענעצן שליסן אָבער איין אויך נאָך אַן ענגן טייל פון היינטיקער מזרח אוקראַאינע אויף דרום ביז די ברעגן פון שוואַרצן ים און אַחוץ דעם — עסטלאַנד אויף צפון.

אויפן סמך פון קלאַנגיקע און גראַמאַטישע דיפערענצירונגען און לעקסישע באַזונדערקייטן קען מען דעם (אַמאָליקן) שטח פון ליטווישן יידיש ווייטער צעטיילן אויף (סוב)דיאַלעקטן: זאַמעטער יידיש אויף צפון, סתם ליטוויש אויף צענטער־מזרח, סואוואַלקער יידיש אויף מערב און רייסישן יידיש אויף דרום.[1][2] אַ באַזונדערער צווייג פון זאַמעטער יידיש איז דער דיאַלעקט פון קורלאַנד. חוץ דעם, עס זיינען דאָ אויפן גרענעץ מיטן דרום־מזרחדיקן יידיש אין צפון אוקראַאינע באַשטימטע ריידענישן, וואָס טראָגן סימנים פון ביידע דיאַלעקט־גרופּעס. דאָס זיינען: א) טשערנאָבילער יידיש, וואָס איז אַ וואַריאַציע פון ליטווישן יידיש מיט אַ "דרומדיקע" i-רעאַליזאַציע פון דיאַפאָנעמען 51 און 52 (אין אַזעלכע ווערטער ווי חופּה, קומען א.אַ.וו.); ב) די וואַריאַציע פון וואָלינער יידיש אין געגנט פון קיעוו, וואָס האָט איינאיינציקן "צפונדיקן" וואָקאַל: eɪ פאַר דער דיאַפאָנעם 42/44 (אין ווערטער ברויט, בולט און אַנדערע).[3]

פאָנעטיק און פאָנאָלאָגיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קאָנסאָנאַנטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די סעריע קאָנסאָנאַנט פאָנעמען איז כמעט אידענטיש צו דער פון אַנדערע מזרח־יידישע דיאַלעקטן, הגם די קאָנקרעטע רעאַליזאַציעס פון עטלעכע קלאַנגן אונטערשיידן זיך סיי פּאָזיציאָנעל, סיי אָפּגעזען פון פּאָזיציע אין וואָרט אָדער פראַזע. דער בולטסטער אונטערשייד צו אַנדערע דיאַלעקטן איז דער אַזוי גערופענער "סאַבעסדיקער לאָסן", דאָס הייסט דער צונויפגאָס פון סיבילאַנט פאָנעמען: /s/ (ס) און /ʃ/ (ש), /z/ (ז) און /ʒ/ (זש), /t͡s/ (צ) און /t͡ʃ/ (טש), /d͡z/ (דז) און /d͡ʒ/ (דזש). אין מויל פון ליטווישע יידן האָבן די דאָזיקע פּאָרלעך פאָנעמען געהאַט קיין שום דיפערענצירונג ניט און, למשל, ביידע ס און ש קענען אויסגערעדט ווערן ווי [s], [ʃ] אָבער אַ קלאַנג אינצווישן[4][5]. במשך פון 20טן יאָרהונדערט האָט די דיפערענצירונג פון סיבילאַנטן זיך טיילווייז צוריק אויפגעריכט: נאָך פריער אין קורלאַנד אונטער דער השפּעה פון אָרטיקן דייטש[6] און אַנדערשוואו אונטער דער ווירקונג פון כלל יידיש. די פּלאָנטערניש איז לענגער געבליבן אין ווערטער פון לשון־קודשדיקן און סלאַווישן אָפּשטאַם, און אַ סך היפּערקאָרעקציעס קען מען טרעפן ביז היינטיקן טאָג אויפן שטח פון ליטע, למשל: בית מדרש [beʃmedrəs], אַ סך [aʃax].

ווי אין אַלע אַנדערע יידישע דיאַלעקטן איז אויך אין ליטווישן יידיש חל דער פּרינציפּ פון דער רעגרעסיווער אַסימילאַציע פון שטימיקייט ביי אָבסטרוענטן, דאָס הייסט: אַ קאָנסאָנאַנט ווערט שטימלאָז אָדער שטימיק אָפּהענגיק פון דעם, וואָס פאַראַ קאָנסאָנאַנט קומט דערנאָך. אין ליטווישן יידיש אָט דער פּרינציפּ איז נאָך מער פּראָדוקטיוו: דער שטימלאָזער [x] (כֿ) קלאַנג באַקומט אַ שטימיקן כנגד [ɣ]: בוך געשעפט [buɣgəʃeft]. להיפּוך צו דרומדיקע דיאַלעקטן אָטאָ די אַסימילאַציע ווירקט אויך איבער די מאָרפעם גבולן: צווישן פּרעפיקס און שורש און צווישן צוויי פאַרבונדענע ווערטער (ווי אין דערמאָנטן משל).[7]

פּונקט אַזוי ווי וואָלינער יידיש באַווייזט אויך דער צפונדיקער דיאַלעקט אַ באַזונדערע אַנטוויקלונג פון קאָנסאָנאַנטן סוף־וואָרט, דהיינו: די שטימיקע קאָנסאָנאַנטן בלייבן שטימיק. די דאָזיקע אויפריכטונג פון שטימיקייט איז היסטאָריש דורכגעפירט געוואָרן אויפן סמך פון געבויגענע פאָרמען, למשל: ווייבער [b] — ווייב [b←p], בגדים [d] — בגד [d←t], און דערפון זיינען אַ ריי ווערטער געבליבן מיט שטימלאָזע קאָנסאָנאַנטן, בשעת זייערע אבות אין דייטש זיינען געווען שטימיק: צוואַנציק, אָפּ־, האַנט.[8] גאָר זעלטן טרעפן זיך אַזעלכע אויסנאַמען אויך אין סיבות, ווען די מוסטערן זיינען געווען בנמצא: גנבים [v] כנגד גנב [f] ,יום־טובים [v] כנגד יום־טוב [f].

וואָקאַלן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פאַרן גרעסטן טייל פון ליטווישן יידיש איז כאַראַקטעריסטיש די פעליקייט פון אָפּאָזיציעס פון קורצע און לאַנגע וואָקאַלן: די לאַנגע וואָקאַלן זיינען געוואָרן קורץ. די סיסטעם וואָקאַלן, וואָס באַשרייבט דעם אַרויסרייד אין ווילנער געגנט איז אַזאַ:

מאָנאָפטאָנגען
  פראָנטאַל צענטראַל הינטערש
געשלאָסן i   u
מיטל ɛ ə ɔ
אָפן   a  
דיפטאָנגען
ɔɪ

אַנדערע פאָנעטישע באַזונדערקייטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אַ ריי ווערטער האָבן ענלעכע אָבער ניט גלייכע פאָרמען אין צפון־מזרח יידיש און די דרומדיקע דיאַלעקטן, וואָס גייען אַנטקעגן די אַלגעמיינע כללים פון אינטערדיאַלעקטישן קלאַנגיקן הסכם: זיינען כנגד זענען, ניט כנגד נישט, געבאָרן כנגד געבוירן א.א.וו. אַ צאָל פון די דאָזיקע ווערטער מאַכן כללים פאַר זיך: למשל, אַלע באַטאָנטע היסטאָרישע /ɛ/ קלאַנגען פאַר ־נק־ און ־נג־ ווערן כסדר אַרויסגערעדט ווי דיפטאָנג [eɪ]: ביינקען, שיינק, איינג.

גראַמאַטישע באַזונדערקייטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מינים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

להיפּוך צו אַלע אַנדערע דיאַלעקטן פון יידיש (און דייטש) איז אין ליטווישן יידיש נעלם געוואָרן דער נייטראַלער מין[9][10][11]. דער יוצא פּועל איז אָבער קאָמפּליצירטער פון אַ פּשוטער צוויי־מיניקער שיטה און שליסט איין נייע גראַמאַטישע קאַטעגאָריעס. ס׳זיינען דאָ עכטע לשון נקבה און לשון זכר, אָבער אויך צוויי אַנדערע גרופּעס סובסטאַנטיוון: אַ געמישטער מין ענלעך צו נקבה אין נאָמינאַטיוו (די קאָפּ), וואָס נעמט אָן פּרעפּאָזיציעס אין זייערע זכר־פאָרמען אין דאַטיוו (אויפן קאָפּ), און נאָך אַ קאַטעגאָריע פון מאַסן־סובסטאַנטיוון, וואָס ווייזן אויס סימנים פון פּלוראַל (מיינע געלט, אָבער וואו איז די געלט? עס איז ניטאָ!). די דאָזיקע גראַמאַטישע קאַטעגאָריעס דעפינירן זיך סעמאַנטיש און מאָרפאָלאָגיש[9][12][10][11][13][14]:

  • די נעמען וואָס באַצייכענען ווייבערשע פּאַרשוינען זיינען תמיד נקבה: די ווייב, די מיידל;
  • די, וואָס באַצייכענען מענער, זיינען תמיד זכר: דער טאַטע, דער יינגל (איין אויסנאַם איז אָפטע די (ס)קינד אין נאָמינאַטיוו);
  • די מאַסן־ און שטאָף־נעמען (און צומאָל אויך אַבסטראַקטע באַגריפן) געהערן צו אייגענעם מין: די וואַסער, די מעל;
  • די באַגריפן פאַר שטאָף־נעמען, וואָס באַצייכענען איינסן אָדער איינציקע טיפּן פון אַ סעריע זיינען כסדר לשון זכר: אַ גרויסער אייזן;
  • די ווערטער וואָס שטאַמען פון ווערבן זיינען אויסגעהאַלטענערהייט לשון זכר: דער עסן, דער לעבן, דער שפּרונג;

ווען די סעמאַנטישע אָנלאָדונג פעלט, עס זיינען משפּיע די ענדונגען:

  • די ווערטער, וואָס ענדיקן זיך אויף ə (־ע ,־ה), ־ניש (אַרויסגערעדט ־נעס), ־קייט, ־שאַפט, ־ונג, ־ריי א.א.וו. זיינען אַמערסטנס לשון נקבה: די געשעעניש, די מלחמה, די קעגנערשאַפט;
  • די ווערטער, וואָס האָבן ־ער, ־ניק סוף־וואָרט זיינען בדרך כלל לשון זכר: דער מויער, דער ספר, דער נודניק.

אַלע אַנדערע ווערטער טראָגן קיין סימן פון מין ניט און געהערן דעם לשון זכר אָדער דעם געמישטן מין. דער מין פון אָטאָ די "הוילע" ווערטער איז אומסטאַביל געאָגראַפיש און צומאָל אַפילו אין מויל פון דעם זעלביקן פּאַרשוין[10][13].

בייגפאַלן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די סיסטעם בייגפאַלן ווייזט אַ ריי פאַרפּשוטערונגען אין פאַרגלייך צו כלל יידיש. די פּראָנאָמען האָבן בלויז צוויי פאָרמען: נאָמינאַטיוו (זי, ער, מיר א.א.וו.) און דעם אומדירעקטן בייגפאַל (אָביעקטיוו) באַזירט אין מערסטע ערטער אויף היסטאָרישן דאַטיוו (איר, אים [אַרויסגערעדט "עם"], אונדז), וואָס ווערט באַנוצט נאָך פּרעפּאָזיציעס און פאַר דירעקטע אָביעקטן (איך זע דיר, איך גיי מיט דיר)[13]. ביי סובסטאַנטיוון איז די סיסטעם בייגפאַלן ווייניקער אויסגעהאַלטן און האָט באַשטימטע געאָגראַפישע וואַריאַציעס מיט מער סטאַבילקייט און ווייניקער פאַרשיידנקייט אויף צפון איידער אַנדערשוואו[13][15]. אַ גענעראַליזירטע שיטה פאַר די צפונדיקע שטחים זעט אויס אַזוי:

  נאָמינאַטיוו דאַטיוו אַקוזאַטיוו
פּראָנאָמען איך מיט מיר מיר
לשון נקבה די שוועסטער מיט די שוועסטער די שוועסטער
געמישטער מין די קאָפּ מיטן קאָפּ די קאָפּ
לשון זכר דער טיש מיטן טיש דעם טיש
מאַסן־נעמען די געלט מיט די געלט די געלט

ווערבן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די באַזונדערקייט פון ליטווישן יידיש איז דער כסדרדיקער נוצן בלויז איין הילפסווערב האָבן צו בויען דעם זמן עבר: איך האָב געגעסן, איך האָב געזעסן.

להיפּוך צו דרומדיקע דיאַלעקטן איז אין ליטווישן יידיש אָנגענומען צו נוצן דעם אינפיניטיוו און ניט דעם פּאַרטיציפּ פאַר תנאי מאָדוס: איך וואָלט עסן אָנשטאָט איך וואָלט געגעסן, וואָס אין אַנדערע דיאַלעקטן און אין כלל שפּראַך.

וואָרט אוצר[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ס׳זיינען דאָ אַ סך ווערטער, וואָס האָבן אונטערשיידלעכע פאָרמען אין פאַרשידענע דיאַלעקטן פון יידיש אָדער זיינען גאָר יחיד־במינודיקייטן. אין דעם ענין זיינען משפּיע צוויי פאַקטאָרן: אינעווייניקסטע פּראָצעסן און השפּעה פון די לשונות פון אַרומיקע פעלקער: אין פאַל פון ליטווישן יידיש — ליטוויש און ווייסרוסיש.

אורשפּרונג און אַנטוויקלונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער ליטווישער דיאַלעקט און כלל יידיש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דעם כלל יידיש מעג מען באַשרייבן ווי אַ צונויפגאָס פון ליטווישער פאָנעטיק און דרומדיקער גראַמאַטיק. די סיסטעם כלל־יידישע וואָקאַלן (ד.ה. דער אַזוי גערופענער ליטעראַרישער אַרויסרייד) איז כמעט אידענטיש צו ווילנער יידישער וואָקאַליזם מיטן אויסנאַם פון דעם וואָקאַל אין ווערטער תורה, מורא, אויג, בוים א.א.וו., וואָס האָבן eɪ אין ווילנע און אַרום און וואָס ווערן כסדר אַרויסגערעדט אין דער סטאַנדאַרדער שפּראַך אויפן דרומדיקן שטייגער: ɔɪ. צי צופעליק, צי ניט פּאַסט די אָרטאָגראַפיע פון יידיש, די יסודות פון וועלכער זיינען אַנטוויקלט געוואָרן במשך פון 19טן יאָרהונדערט, דווקא צו דער אָטאָ סיסטעם וואָקאַלן[16][17]. דער אַנדער ליטווישער שיבולת, דהיינו: די פּלאָנטערניש פון סיבילאַנטן, איז אין כלל יידיש בדרך כלל ניט אַריין, הגם ווי אַן אָפּהילך פון דער שיטה האָבן מחברים פון ליטווישן אָפּשטאַם פריער געטענהט, אַז די ־ניש ענדונג זאָל בכתב געשריבן ווערן ־נעס/־ניס.[18]

פון גראַמאַטישן קוקווינקל איז כלל יידיש באמת נאָענטער צו די דרומדיקע דיאַלעקטן, אָבער אַ ריי צפונדיקע שטריכן זיינען אין דער כלל שפּראַך יאָ אַריין. להיפּוך צום ליטווישן יידיש האָט די כלל שפּראַך דריי מינים בהסכם מיט פּוילישן און וואָלינער דיאַלעקטן, אָבער צומאָל פאָלגט דער מין פון אַ וואָרט דעם צפונדיקן נוסח (דער גלות) אָדער האָט צוויי וואַריאַנטן, וואָס איינער פון זיי שטאַמט פון צפון בשעת דער אַנדערער פון דרום (דער/דאָס ספר, די/דאָס ווייב). ס׳זיינען דאָ אויך אַזעלכע ווערטער, וואָס דער מין פון זיי קומט גאָר פון מאָדערנעם דייטש דורך דער השפּעה פון דער אַמאָליקער יידישער פּרעסע: די פריערע ליטווישע פאָרם דער האָפענונג, פּוילישע דאָס האָפענונג, אין דער כלל שפּראַך (און אויך אין היינטיקן ליטווישן יידיש) די האָפענונג.[18]

די כלל שפּראַך טאָלערירט אויך אַ ריי לעקסישע שטריכן, וואָס קומען פון פאַרשיידענע דיאַלעקטן, ווי למשל: זענען און זיינען, נישט און ניט, צוואָנציק און צוואַנציק און אַ סך אַנדערע. די דאָזיקע אָפּאָזיציעס און אויך די דערמאָנטע פרייהייט, וואָס שייך דעם גראַמאַטישן מין, שאַפן אַ רייכן מקור פאַר דער ליטעראַרישער סטיליזאַציע[16].

דער מצב היינטצוטאָג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ליטע איז געווען די לאַנד מיט דער גרעסטער צאָל קרבנות אין די חורבן יאָרן און דערפאַר איז די צאָל ריידערס פון ליטווישן יידיש שטאַרק געמינערט געוואָרן. די געבליבענע גרופּעס, וואָס ריידן נאָך די דאָזיקע דיאַלעקטן זיינען קליינע קהילות שארית הפּליטה יידן און אויך מתנגדים, וואָס זיינען אַנטלאָפן נאָך פריער, ירושלימער פּירושים און די מעסיקע חסידות פון חבד. די חבדניקעס, די גרעסטע גרופּע, ריידן ס׳רוב ווייסרוסישן סובדיאַלעקט.[19]

דער אויסשטאַרב פון לאָקאַלע ליטווישע ריידענישן האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אין 19טן–דער ערשטער העלפט 20טן יאָרהונדערט. די סובדיאַלעקטן זיינען אָפּגעטראָטן אונטערן דרוק פון רעגיאָנעלע סטאַנדאַרדן און פון דער כלל שפּראַך, וואָס די סיסטעם יידישע שולעס האָט איר אַריינגעבראַכט. אַזוי אַרום פאַרשווינדן אַזעלכע שפּראַכיקע שטריכן ווי סאַבעסדיקער לאָסן און דיפטאָנגען מיט "רונדע" צווייטע עלעמענטן (אויף צפון ליטע).[2] אין אַמעריקע איז דאָ געווען אַ טענדענץ פון דער פאַרפּשוטערונג אין דער סיסטעם גראַמאַטישע מינים און פאַרלוסט פון רעלאַטיוו זעלטענע באַגריפן לטובת ווערטער פון כלל יידיש און ענגליש.[19]

אַ גרויסע טייל פון נאָכמלחמהדיקע דורות זיינען אַריבער אויף אַנדערע שפּראַכן: רוסיש, ענגליש, דייטש און אַנדערע.

לינגוויסטישע אַטלאַסן און פאָרשונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. מאַרק י (1951) אונדזער ליטווישער יידיש. אין: סודאַרסקי מ (רעד) ליטע, באַנד 1, ניו־יאָרק: 472–492
  2. a b Weinreich U (1969) The geographic makeup of Belorussian Yiddish. In: Herzog M, Ravid W, Weinreich U (eds) The field of Yiddish: studies in language, folklore, and literature. Third collection: 82–101
  3. כ״ץ הד (2010) געדאַנקען, אידייען, רעיונות, מחשבות: וואָס איז די נפקא־מינה? און אַנדערע ענינימלעך. אַלגעמיינער זשורנאַל 38: 3.
  4. Weinreich U (1963) Four riddles in bilingual dialectology. In: American Contributions to the Fifth International Congress of Slavicists: 335–359
  5. Peltz R (2008) The sibilants of Northeastern Yiddish: a study in linguistic variation. In: Herzog M, Kiefer U, Neumann R, Putschke W, Sunshine A (eds) EYDES (Evidence of Yiddish Documented in European Societies): 241–273
  6. וויינרייך מ (1923) שטאַפּלען. פיר עטיודן צו דער יידישער שפּראַכוויסנשאַפט און ליטעראַטורגעשיכטע. "וואָסטאָק", בערלין, 260 זז.
  7. גוטמאַן ט (1928) די קאָנסאָנאַנט אַסימילאַציע אין זאַץ. פילאָלאָגישע שריפטן 2: 107–110
  8. Sapir E (1915) Notes on Judeo-German phonology. The Jewish Quarterly Review 6: 231–266
  9. a b רייזען ז (1924) גראַמאַטישער מין אין יידיש. יידישע פילאָלאָגיע 1: 11–22
  10. a b c מאַרק י (1944) ‫די ליטווישע יידן און דער נייטראַלער מין‬ יידישע שפּראַך 4: 83–94
  11. a b Weinreich U (1961) The seven genders of Yiddish. An unpublished paper read at the Annual Meeting of the Linguistic Society of America, Chicago: 6 pp
  12. רייזען ז (1924) גראַמאַטישער מין אין יידיש (המשך). יידישע פילאָלאָגיע 1: 180–192
  13. a b c d Wolf M (1969) The geography of Yiddish case and gender variation. In: Herzog M, Ravid W, Weinreich U (eds) The field of Yiddish: studies in language, folklore, and literature. Third collection: 102–215
  14. Jacobs NG (1990) Northeastern Yiddish gender-switch: abstracting dialect features regionally. Diachronica 7: 69–100
  15. Verschik A (2001) On the dynamics of article use in Estonian Yiddish. Folia Linguistica 35: 337–370
  16. a b קאַץ הד (1993) תקני תקנות. פראַגן פון יידישער סטיליסטיק. אָקספאָרדער יידיש, אָקספאָרד, 348 זז.
  17. קאַץ הד (1994) נייע גילגולים פון אַלטע מחלוקתן: די ליטווישע נאָרמע און די סיכסוכים וואָס אַרום איר. ייוואָ בלעטער נייע סעריע 2: 205–257
  18. a b שעכטער מ (1994) ליטוויש־דיאַלעקטיש שפּראַכוואַרג אין גינזבורג און מאַרעקס געזעמל. ייוואָ בלעטער נייע סעריע 2: 181–204
  19. a b Jochnowitz G (1968) Bilingualism and dialect mixture among Lubavitcher Hasidic children. American Speech 43: 182–200