לידער פאר יידישע קינדער
מראה
לידער פאר יידישע קינדער איז א דין ייִדיש בוך וואס אנטהאלט א זאמלונג פין לידער געאייגנט פאר קינדער וועלכע זענען ערשינען במשך די יארן אין קענעדער אדלער און אנדערע צייטשריפטן, געשריבן דורך יעקב יצחק סיגאַל.
עס איז אורויסגעגעבן דורך די בילדונגס-קאמיטעט פון ארבעטער-רינג אין ניו יארק, (דירעקטאר זלמן יעפרויקין), און געדרוקט אין מאנטריאל אין יאר 1966.
די פופצן אילוסטראַציעס אינעם בוך זענען געמאלן דורך דעם מחבר'ס טאכטער חנה סיגאל-זאַקוטאַ. צים אויסשטאַטונג פין בוך האט זיך אויך באטייליגט דעם פארפאסער'ס אנדערע טאכטער שיווקע סיגאל-לוסטגארטן און די אויסגאבע איז דערמעהגלעכט געווארן דארעך דעהם סיגאל-פאנד, לויט דעם וואונטש פין די אלמנה עלקע סיגאל.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דעהר בוך אנטהאלט זיבן בינטלעך לידער אין א ס"ה פין 112 זאהטן.
- זיינען געגאנגען צוויי לייטישע גראמען, אכצן לידער
- קלאַפּט דאס רעגנדל אין שויב, 24
- דאס צוקערל איז זיס, 21
- שפילן זיי זיך מיינע קינדער, פיער
- גוט שבת, גוט יום טוב, נאַהן
- פון מיין אלטן אלף-בית, פיער
- אז מען האט א נאז א לאנגע, נאַהן