לאסי קום אהיים
לאַסי קום אהיים (ענגליש: Lassie Come-Home) איז א מעשה וועגן א הונטין און א קינד. זי איז געשריבן געווארן דורך עריק נײַט, און איז ערשט פובליצירט געווארן אלס א קורצע מעשה אין "די סאטערדיי איוונינג פאסט" דעם 17טן דעצעמבער 1938. דער מעשה איז געליבט געווען, און איז געמאכט געווען אלס א בוך. דאס בוך איז פובליצירט געווארן דורכן דזשאן סי ווינסטאן פירמע אין 1940. די געשיכטע איז וועגן א קאָלי מיטן נאמען לאַסי, וואס גייט א הונדערט מייל צו אנקומען צום קינד וואס זי האט ליב.
אין 1943, האבן מעטרא-גאלדווין-מייער געמאכט פון דער מעשה א פילם מיטן נאמען "לאסי קום אהיים". אינעם פילם האבן ראָדי מאַקדאָוואָל און דער הונט פּאַל אויפֿגעשווומען. די כאראקטער פון לאַסי איז געווארן זייער פאפולער. זי איז געווען דער הויפט כאראקטער אין אנדערע פילמען אין די 1940ער. אינעם מיטל פון די 1950ער, איז זי געווארן דער הויפט כאראקטער אין דער טעלעוויזיע סעריע "לאַסי".