לדלג לתוכן

לאנג איילענד אייז טיי

פֿון װיקיפּעדיע
תה קר של לונג איילנד

לאנג איילענד אייז טיי (ענגליש: Long Island Iced Tea) איז א קאקטעיל געמישט פון פארשידענע אלקאהאלישע געטראנקען מיט אביסל קאולע און אייז.

זי אנטהאלט נישט קיין טיי, זי הייסט אזוי נאר צוליב וואס די קאליר איז ווי אייז-טיי.

זי איז געשאפן געווארן בשעת די פראהבישן ווען מענטשן האבן געוואלט קענען גיין ביים וואסער אין לאנג איילענד, ניו יארק מיט א אלקאהאלישע געטראנק אבער מ'זאל עס נישט דערקענען, ממילא האבן זיי עס געמאכט אויסזעהן ווי טיי.

עס איז פארהאן מיינונגס פארשידנהייטן צי מ'לייגט אריין טאקילע דערין. די אפיציעלע רעקאמענדאציע פון די אונטערנאציאנאלע באר אסאסיאציע איז נישט צו לייגן טאקילע, נאר דזשין, וואדקע ראם און טריפל סעק.


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לאנג איילענד אייז טיי