ל"ג בעומר בהלה תשפ"א

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פֿארטאגס ל"ג בעומר (י״ח אייר) ה'תשפ"א, דעם 30סטן אפריל איז געווארן א גרויסע געדרענג וואס האט צוגעברענגט אויף א בהָלה ביים ארויסגאנג פון דער הדלקה ביים תולדות אהרן רבי׳ן נעבן דעם ציון פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון, ווען 45 מענער און קינדער זענען ליידער אומגעקומען און 102 זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס זיי זענען צעטרעטן געווארן אין א שטארקן געדרענג.

דאס האט פאסירט אינמיטן דער הילולא פון רבי שמעון וואס קומט פאר יעדע יאר אין מירון ווען יידן קומען צוזאמען ביים ציון. בשעת מעשה זענען געווען ביים ציון בערך 100,000 יידן.

ס׳איז געווען די ערגסטע ציווילע קאטאסטראפֿע אין דער היסטאריע פון ישראל.‏[1]

ליסטע פון נפטרים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

הר"ר שרגא געשטעטנער ע"ה - מאנסי, הר"ר ישראל אלנקווה ע"ה - בית שמש, הר"ר מנחם אשר זעקבאך ע"ה - מודיעין, הבחור חיים ראק ע"ה - בית שמש, הר"ר דוד קרויס ע"ה - בית שמש, הבחור יוסף עמרם טויבער ע"ה - מאנסי, הבחור אלי' כהן ע"ה - ביתר, הר"ר שמעון מטלון ע"ה - ביתר, הר"ר שמחה בונם דיסקינד ע"ה - בית שמש, הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה - קרית יואל, הר"ר חנוך סלוד ע"ה - אשדוד, הבחור פּנחס מנחם קנאבלאוויטש ע"ה - אמעריקא, הר"ר אלעזר מרדכי גאלדבערג ע"ה - ביתר, הבחור משה בן שלום ע"ה - בני ברק, הר"ר יונתן חברוני ע"ה - ג. שמואל, הבחור ידידי' אשר פויגל ע"ה - ג. שמואל, הר"ר יהודא לייב רובין ע"ה - בית שמש, הר"ר חיים עוזר סלר ע"ה - ירושלים, הר"ר שמואל צבי קלאגסבאלד ע"ה - בית שמש, הבחור משה ענגלארד ע"ה ואחיו הילד יהושע ענגלארד ע"ה - ירושלים, הבחור משה לוי ע"ה - בני ברק, הבחור נחמן קירשנבוים ע"ה - בית שמש, הבחור משה מרדכי אלחדד-שארף ע"ה ואחיו הבחור יוסף דוד אלחדד-שארף ע"ה - ירושלים, הבחור דוב שטיינמעץ ע"ה - מאנטריאל, הבחור יוסף מאסטורוב ע"ה - רמלה, הבחור יעקב אלחנן סטארקאווסקי ע"ה - אלעד, הבחור יוסף יהושע לוי ע"ה - רכסים, הבחור ישי מועלם ע"ה -רכסים, הבחור אברהם דניאל אמבון ע"ה - ארגענטינה, הילד אליעזר יצחק קולטי ע"ה - ירושלים, הר"ר אריאל צדיק ע"ה - ירושלים, האברך יוסף גרינבוים ע"ה - חיפה, הבחור אלקנה שילה ע"ה - ירושלים, הר"ר אליעזר געפנער ע"ה - ירושלים, הבחור ידידי' משה חיות ע"ה - בני ברק, הבחור דניאל מאריס ע"ה - ניו דזשערסי, הבחור שלמה זלמן לעבאוויטש ע"ה - צפת, הר"ר משה צרפתי ע"ה - ירושלים, הבחור אריאל אחדות ע"ה - תל אביב, הר"ר מרדכי פעקעטע ע"ה - ירושלים, הבחור חן דורון ע"ה - חולון, הר"ר משה בערגמאן ע"ה - ענגלאנד, און הבחור יוסף קאהן ע"ה - קליוולאנד.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]