כנען (מיטל־עלטערישע לענדער)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון כּנען (מיטל־עלטערישע לענדער))

כנענים זיינען געווען אַ קיבוץ יידן, וואָס האָבן געוווינט אין סלאַווישע לענדער אין מיטל־אַלטער, פאַרן אָנקום פון אשכנזים, און האָבן גערעדט כנעניש, א סלאַווישע שפּראַך. די דאָזיקע לענדער האָבן באַקומען דעם נאָמען "כנען" אין דער יעמאָלטיקער ליטעראַטור. דער כנענישער שטח האָט געגרענעצט מיט אשכנז אויף מערב און יוון (די געגנט פון ביזאנטישע יידן) אויף דרום, און האָט צוויי חלקים: מזרח כנען און דער מערב כנען. אַלע כנענים זיינען אַסימילירט געוואָרן דורך אשכנזים.

די ליטעראַרישע מקורות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער נאָמען "כנען" צו באַצייכענען סלאַווישע טעריטאָריעס איז ערשט דערמאָנט געוואָרן אין יוסיפון פּובליקירט אין איטאַליע אין 10טן יאָרהונדערט[1][2]. אויך פון די דאָזיקע צייטן איז באַוואוסט אַ בריוו, וואָס דערמאָנט "קהל של קייוב", ד.ה. פון דער הויפּטשטאָט פון קיעווער רוס.

געשיכטע און דעמאָגראַפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביז היינטיקן טאָג איז עס ניט קלאָר פון וואַנעט זיינען די כנענישע יידן אָנגעקומען אין סלאַווישע לענדער. אַפילו די גענעטישע שייכות צווישן מערב און מזרח כנען זיינען ניט קלאָר. פריער האָט מען געטענהט, אַז די כנענים שטעלן מיט זיך פאָר אַ כוואַליע אימיגראַנטן פון מערב — פון אשכנז, וואָס שפּעטער צו זיינען געווען אַריבער אויף סלאַווישע לשונות. פאָרשונגען פון דער לעצטער צייט האָבן אָנגעוויזן, אַז לפּחות מזרח כנענים האָבן בפירושע שייכות צו ביזאַנטישע יידן.[3][4]

די צאָל כנענים איז געווען גאָר ווינציק. לויט איינער אַ פאָלקסציילונג אין 16טן י.ה. האָבן אין מזרח געוואוינט בערך עטלעכע הונדערטער משפּחות. די אַבסאָרפציע פון אָרטיקע יידן דורך אשכנזים האָט זיך אָנגעהויבן פריער אין מערב כנען, אַזוי אַז אין 16טן י.ה. איז די קהילה דורכויס געווען אשכנזיש. די מיגראַציע פון אשכנזים אין מזרח כנען האָט אָנגעהויבן שפּעטער, אין 15—16 י.ה. און געמישטע קהילות פון כנענים און די נייערע אימיגראַנטן זיינען באַוואוסט ביזן ערשטן טייל 17טן י.ה.[5]

די כנענישע שפּראַכן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די כנענים האָבן גערעדט משמעות סלאַווישע שפּראַכן. אין מערבדיקן כנען איז די שפּראַך געווען באַזירט אויף טשעכיש, אַז עס ווייזן אויף די וויכטיקסטע גלאָסעס אין די טעקסטן פון אור זרוע און ערוגות בושם פון 13טן יאָרהונדערט און אויך אין רש״י[6]. אין די דאָזיקע מקורות און אין אַנדערע טעקסטן שטאַמענדיקע פון בעהמען איז פאַרשפּרייט די פאָרמולע "בלשוננו לשון כנען", וואָס מאַכט קלאָר אַז דאָס איז געווען זייער טאָגטעגלעכע שפּראַך. אָטאָ די גלאָסעס זיינען פון די פריערסטע טעקסטן אויף דער טשעכישער שפּראַך, אַן אמתער אוצר פאַר די פאָרשער פון טשעכיש, הגם מ׳ווייס גענוי ניט, צי ס׳זיינען דאָ געווען חילוקים צווישן די לשונות פון יידן און גויים[7].

הברה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די הברה פון לשון קודש ביי די כנענים איז געווען בפירוש אונטערשידלעך פון דעם אשכנזישן אַרויסרייד. ווייניק פּרטים זיינען באַוואוסט פון מערב כנען, אָבער פון רוס איז דאָ אַ רייכער מאַטעריאַל פון איבערזעצונגען אין סלאַווישע אותיות, וואָס זיינען צוגעגרייט געוואָרן אין דער שותפות מיט אָרטיקע יידן[8]. באַזירט על־פּי רוב אויף דעם, וויאַזוי זיינען איבערגעגעבן די פּערזענלעכע נעמען האָט מען געקלערט, אַז דער וואָקאַליזם פון לשון קודש פון מזרח כנענים איז געווען ענלעכער צום ספרדישן אַרויסרייד[9]:

  • די סגול און צירה באַצייכענען דעם זעלביקן e-קלאַנג;
  • די פּתח און קמץ גדול האָבן געהאַט גלייכע a-רעאַליזאַציע;
  • חולם און קמץ קטן באַצייכענען דעם o-קלאַנג;
  • שווא ווערט איבערגעגעבן דורך כלערלייאיקע סלאַווישע וואָקאַלן אָדער צומאָל בלייבט גאָר שטום.

די וויכטיקסטע שטריכן פון די רעאַליזאַציעס פון קאָנסאָנאַנט אותיות זיינען אַזוינע[9][10]:

  • די כּף און קוף באַצייכענען דעם גלייכן k-קלאַנג;
  • די כֿף און חית ווערן כסדר איבערגעגעבן אין סלאַווישע טראַנסקריפּציעס מיטן אות х;
  • צדיק באַצייכענט בפירוש אַ t͡s-קלאַנג;
  • דער תֿוו האָט געקלונגען אַזוי ווי תּוו.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. וויינרייך מ (1973) געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך: באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן. ייוואָ, ניו־יאָרק, אין 4 בענד
  2. Taube M (2010) Transmission of scientific texts in 15th-century Eastern Knaan. Aleph 10: 315–353
  3. Kulik A (2008) Judeo-Greek legacy in medieval Rus’. Viator 39: 51–64
  4. Kulik A (2011) The Jews of Slavia Graeca: the northern frontier of Byzantine Jewry? In: Bonfil R, Irshai O, Stroumsa GG, Talgam R (eds) Jews in Byzantium: Dialectics of Minority and Majority Cultures: 297–314
  5. Beider A (2001) A Dictionary of Ashkenazic Given Names. Avotaynu, 682 pp.
  6. Якобсон РО (1985) Из разысканий над старочешскими глоссами в средневековых еврейских памятниках. In: Jakobson R (ed) Selected Writings: Early Slavic Paths and Crossroads: 855–857
  7. Weinreich M (1956) Yiddish, Knaanic, Slavic: the basic relationships. In: For Roman Jakobson: Essays on the occasion of his 60th birthday, 11 October 1956: 622–632
  8. Taube M (2011) Jewish-Christian collaboration in medieval Slavic translations from Hebrew. In: Izmirlieva V, Gasparov B (eds) Translation and Tradition in "Slavia Orthodoxa": 26–45
  9. a b Altbauer M (1992) The five biblical scrolls in a sixteenth-century Jewish translation into Belorussian (Vilnius Codex 262). The Israel Academy of Sciences and Humanities, 421 pp
  10. Aslanov C (2013) Judeo-Slavic, Hebrew component in. In: Khan G (ed) Encyclopedia of Hebrew Language and Linguistics