ישראל נעקראסאוו
פאך | איבערזעצער |
---|---|
ישראל נעקראַסאָוו (רוסיש: Исроэл Некрасов) איז אַ ייִדישער דיכטער און איבערזעצער פון דער ייִדישער ליטעראַטור אין רוסיש.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ישראל נעקראַסאָוו איז געבוירן געוואָרן אין 1970 אין לענינגראַד (איצט - פּעטערבורג). נאָכן פאַרענדיקן מיטלשול האָט ער געאַרבעט אַלס סטאָליער און מולער. פאַרענדיקט דעם פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם פּעטערבורגער מלוכה-אוניווערסיטעט. ישראל נעקראַסאָוו וווינט אין פּעטערבורג און אַרבעט אינעם פּעטערבורגער אינסטיטוט פאַר יודאַיִק אַלס לערער פון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. ער האָט רעדאַגירט דעם פּעטערבורגער ייִדישן ליטעראַרישן אַלמאַנאַך "דער נײַער פרײַנד" (עס זײַנען דערשינען צוויי בענדער – אין 2004 און אין 2006).
מיט זײַנע אָריגינעלע לידער אויף ייִדיש האָט ישראל נעקראַסאָוו דעביוטירט אין 2003 אינעם אַמעריקאַנער וועב-זשורנאַל "דער באַוועבטער ייִד". זינט דעמלט זײַנען זײַנע לידער פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין "ירושלימער אַלמאַנאַך", "טאָפּלפּונקט", "ייִדישלאַנד" און אין אַנדערע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס. ער האָט איבערגעזעצט אין רוסיש אַ גאַנצע ריי ווערק פון ישׂראל-יהושע זינגער, יצחק באַשעוויס-זינגער, דוד בערגעלסאָן, אבֿרהם סוצקעווער און פֿון אַנדערע ייִדישע פּראָזאַיִקער און דיכטער.
זײַנע ביכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אָפּגעברענטע שטעט. לידער, תּל-אָבֿיבֿ, 2016
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ישראל נעקראַסאָווס לידער אויף זײַן בלאָג
- אַן אינטרוויו מיט ישראל נעקראַסאָוו וועגן ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור (אויף רוסיש)
- לעאַניד שקאָלניק, "נעקראַסאָוו, קערלער און ווײַטער – אומעטום..." (ארכיווירט 03.12.2013 ביי דער Wayback Machine) (אויף רוסיש)
- מאַריִאַ קאָניוקאָוואַ , "געשיכטע פון ישראל (סערגיי) נעקראַסאָוו - אַ ייִדישיסט, אַ מולער און אַ פרומען ייִדן" (אויף רוסיש)
- וועגן ישראל נעקראַסאָוו אינעם רוסלענדיש-ישראלדיקן אַלמאַנאַך "דיִאַלאָג" (אויף רוסיש)