לדלג לתוכן

ישראל דוד הורוויץ

פֿון װיקיפּעדיע

רבי ישראל דוד הורוויץ זצ"ל (כ"ג תשרי ה'תרנ"ט - י"ז טבת ה'תשכ"ז),[1] דער שענדישאוו-שאצער רבי פון ניו יארק.

רבי ישראל דוד איז געבוירן אין שענדישאוו אין שמחת תורה ה'תרנ"ט, צו זיין פאטער הרב טוביה הורוויץ, רב אין שענדישאוו, א זון פון הרב אברהם הורוויץ, רב אין שענדישאוו, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת טשארנע א טאכטער פון הרב אשר משה לעמל דים.

אין יאר ה'תרפ"ח[2] איז רבי ישראל דוד געפארן וואוינען אין אמעריקא, ער האט דארט געעפענט דעם שאצער בית המדרש אין ניו יארק. ער האט געפירט אן אפענע שטוב, ווי אלע געסט האבען געפילט א נאנטקייט. ער איז געווען אן אקטיווער מיטארבעטער אין פארשידענע וואוילטעטיגע און תורה'דיגע ארגאניזאציעס אין אמעריקא.

רבי ישראל דוד איז נפטר געווארן אין יאר ה'תשכ"ז.

רבי ישראל דוד האט געהייראט מרת יענטל א טאכטער פון הרב מאיר מאשקאוויטש, רב אין שאץ. זי איז נפטר געווארן זייער יונג איבערלאזנדיג פיר קליינע קינדער. זייערע קינדער:

  • הרב מאיר הורוויץ, ער האט געהייראט מרת סימא א טאכטער פון הרב אשר יונה ווינבערגער, ממלא מקום פון פאטער.
  • הרב אברהם הורוויץ, ער האט געהייראט מרת בלומא א טאכטער פון הרב שמואל שעכטער.
  • מרת שרה.
  • מרת רחל.

בזיווג שני האט ער געהייראט די טאכטער פון רבי איתמר פון נאדווארנא.

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 273, ירושלים תשנ"ה
  2. אלפסי שרייבט תרפ"ח