לדלג לתוכן

ישראל אברהם פון טשערנאסטראה

פֿון װיקיפּעדיע
ישראל אברהם פון טשערנאסטראה
געבורט 1774 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 13 יאנואר 1814 (אלט 40 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי ישראל אברהם (אויערבאך) זצ"ל (ה'תקל"ב - כ"א טבת ה'תקע"ד), פון טשערנאסטראה (טשארנא-אוסטראה), אין אוקריינא. באקאנט אלס דער טשערנאסטרער.

רבי ישראל אברהם איז געבוירן אין יאר ה'תקל"ב, אויף די עלטער פון זיין פאטער הרב משולם זושא פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא. און צו זיין מוטער מרת הענדל.

אין ענדע יאר ה'תקנ"ח ווען רבי ישראל אברהם'ס שווער רבי וועלוועלע טשערנאסטרער איז ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל איז רבי ישראל אברהם געווארן רב אין טשערנאסטראה (טשארנא-אוסטראה) אויף זיין פאטער'ס ארט.

זיין רביצין ציזיא חנה איז געווען שטארק באקאנט אלס צדיקת, זי האט געפירט רביסטיווע און חסידים פלעגן קומען זיך פראוון ביי איר. ווען רבי מאטעלע טשערנאבלער איז געווען אין טשערנאסטראה איז ער געגאנגען שלש סעודות צו איר טיש.

אויף די עלטער איז זי ארויפגעפארן וואוינען קיין ארץ ישראל, און איז אומגעקומען דארט אינעם ערד ציטערניש כ"ד טבת ה'תקצ"ז אין טבריה, אין ליגט נעבען פאטער אין בית החיים פון טבריה.

רבי ישראל אברהם איז נפטר געווארן זייער יונג אין עלטער פון צוויי און פערציג יאר כ"א טבת ה'תקע"ד, (איין וואך פאר זיין עלטערן ברודער), און ער ליגט אין טשערנאסטראה


רבי ישראל אברהם האט געהייראט מרת ציזיא חנה א טאכטער פון הרב זאב וואלף פון טשערנאסטראה (טשארנא-אוסטראה). זייערע קינדער:

  • הרב פנחס מזל, ממלא מקום פון פאטער אין טשערנאסטראה, ער האט געהייראט מרת חיה טריינא א טאכטער פון משה שפירא פון סלאוויטא, א זון פון רבי פנחס'ל קאריצער.
  • הרב יחיאל מיכל מזל, ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שרה לאה א טאכטער פון אהבת שלום פון קאסוב. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און האבן זיך גע'גט.
  • הרב אלימלך.

באהלי צדיקים