לדלג לתוכן

יעזור

פֿון װיקיפּעדיע
יעזור
שטאט מארילאנד
גרינדונג דאטע 1903
שטח 351 אקר
צאל איינוואוינער 200 (אין 1910)
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

די יידישע קאלאניע יעזור איז אויפגעשטעלט געווארן נישט ווייט פון באלטימור, מארילאנד אלס א פארם קהילה פאר יידישע אימיגראנטן פון רוסלאנד.

הרב טוביה גוטמאן האט אויפגעשטעלט די קאלאניע אין ה'תרס"ג מיט געלט פון באראן הירש אויף א שטח פון 103 מאָרגעס. די יידן וואס האבן געוואוינט דארטן האבן נישט גערעדט קיין ענגליש נאר יידיש. יעדער פארם האט געעפנט צו דער שאסיי פון איין זייט און צו דער טייך פון דער צווייטער זייט. הרב גוטמאן איז געווען דער רב פון יעזור.

אין יאר תרס"ו האבן געוואוינט 20 משפחות אין דער קאלאניע. די איינוואוינערס זענען געווען שניידערס, זילבערשמידן און סטאליערס. זיי האבן פרובירט זיך אויסלערנען ווערן פארמערס אבער עס איז נישט געלונגען ווייל זיי זענען נישט געווען מסוגל צו פארם ארבעט. ביז תר"ץ איז שוין געווען קלאר אז יעזור וועט זיך נישט אויסהאלטן.

די פארשוואונדע יידישע קאלאניע אין וואודלאן (אויף ענגליש)