יעווגעני קיסין

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יעווגעני קיסין ,2011

יעווגעני קיסין (געב. דעם 10טן אָקטאָבער 1971) — פּיאַניסט, איינער פֿון די גרויסע מוזיקער הײַנט צו טאָג.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יעווגעני קיסין איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, רוסלאַנד, אין אַ ייִדישער משפּחה. זײן עלטער־עלטער זיידע פונעם טאטנס צד (מרדכי אַגראַנאַט) איז געווען א רב. צו 11 חדשים האָט דער קליינער יעווגעני אָנגעהויבן זינגען די טעמע פון באכ'ס פֿוגע,[1] און צו 2 יאָר — געשפּילט שוין פּיאַנע. בײַ די 6 יאָר איז ער געוואָרן אַ תּלמיד אין דער מאָסקווער מוזיק־שול אויף גנעסינס נאָמען, וווּ ער האָט זיך געלערנט בײַ אַנאַ קאַנטאָר, זײַן ערשטע און איינציקע פּיאַנע־לערערין.

אין דער עלטער פֿון 10 יאָר האָט קיסין צום ערשטן מאָל געשפּילט מיט אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער, אויסגעפֿילט מאָצאַרטס קאָנצערט נומ‘ 20. מיט אַ יאָר שפּעטער גיט ער זײַן ערשטן סאָלאָ־קאָנצערט. אינעם יאָר 1984 טרעט ער אויף אינעם „גרויסן זאַל פֿון דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע", וווּ ער שפּילט דעם 1טן און 2טן פיאנאע–קאָנצערטן פֿון פרעדעריק שאָפּען.

אין 1985 פֿאָרט קיסין צום ערשטן מאָל אַרויס מיט קאָנצערטן קיין אויסלאַנד; אין 1987 דעביוטירט ער אין מערבֿ־אייראָפּע אויפֿן בערלינער פֿעסטיוואַל. אין 1988 שפּילט ער טשייקאווסקיס פּיאַנע־קאָנצערט נומ‘ 1, באַגלייט פֿונעם בערלינער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, בראָש מיטן באַרימטן דיריגענט הערבערט פאָן קאראיאן.

אין סעפּטעמבער 1990 פֿאָרט קיסין אַרויס מיט קאָנצערטן אין צפֿון־אַמעריקע, וווּ ער שפּילט שאָפּענס פּיאַנע־קאָנצערטן נומ‘ 1 און 2, באַגלייט פֿונעם ניו־יאָרקער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, דיריגענט זובין מעטא; אין א וואָך אַרום שפּילט ער א סאָלאָ–קאָנצערט אין קאַרנעגי־האָל. אין פֿעברואַר 1992 באַטייליקט זיך יעווגעני קיסין אין דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע פֿון Grammy Awards אין ניו־יאָרק, וואָס ווערט געוויזן אין דער טעלעוויזיע פֿאַר אַן עולם פֿון בערך אַ מיליאַרד זעקס הונדערט מיליאָן מענטשן. אין אויגוסט 1997 שפּילט ער א סאָלאָ־פקאָנצערט אויפֿן פֿעסטיוואַל Proms אינעם לאָנדאָנער אַלבערט־האָל — דער ערשטער „קלאַוויראַבענד פֿאַר מער ווי 100 יאָר, זינט דער פֿעסטיוואַל עקזיסטירט.

קיסין פֿאָרט כּסדר אַרום מיט סאָלאָ־קאָנצערטן איבער אייראָפּע, אַמעריקע און אַזיע, צונויפֿנעמענדיק פֿול־געפּאַקטע זאַלן; ער שפּילט מיט די בעסטע אָרקעסטערס, אָנגעפֿירט מיט אַזעלכע בארימטע מײַסטער דיריגענטן ווי קלאַודיאָ אַבאַדאָ, וולאַדימיר אַשכּנזי, דניאל באַרנבוים, וואַלערי גערגיִעוו, קאַרלאָ מאַריאַ דזשוליני, סיר קאָלין דעוויס, דזשעימס ליווײַן, לאָרין מאַאַזעל, ריקאַרדאָ מוטי, סעידזשי אָזאַוואַ, מייסטער טשעלאיסט מסטיסלאַוו ראָסטראָפּאָוויטש, יעווגעני סוועטלאַנאָוו, יורי טעמירקאַנאָוו, דזשאָרדזש שאָלטי און מאַריס יאַנסאָנס; אין קאַמער־אַנסאַמבל מיט קיסינען האָבן געשפּילט: מאַרטאַ אַרגעריך, יורי באַשמעט, נאַטאַליאַ גוטמאַן, טאָמאַס קוואַסטהאָף, גידאָן קרעמער, אַלעקסאַנדער קניאַזעוו, דזשעימס ליווײַן, מישאַ מײַסקי, יצחק סטערן וכּדומה. די אָנגעזעענע מוזיקער פֿון אונדזער צײַט, ווי אויך די צוהערער איבער דער גאָרער וועלט ווײַזן אָן, אַז קיסינס קונסט איז זייער פּאָעטיש און טיף, ראָמאַנטיש־באַגײַסטערט און דערהויבן; די מוזיק־קריטיקער האַלטן אים פֿאַר אַ נאָכפאָלגער פֿון ארטור רובינשטיין און וולאַדימיר האָראָוויץ.


פּרעמיעס און באַלוינונגען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יעווגעני קיסין האָט זיך קיין מאָל נישט באַטייליקט אין קאָנקורסן, ער איז אָבער באַלוינט געוואָרן מיט אַ צאָל פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט:

  • פּרעמיע פֿון דער מוזיק אַקאַדעמיע Cigiana „דער בעסטער פּיאַניסט פֿון יאָר, (איטאַליע, 1991)
  • פּרעמיע פֿונעם זשורנאַל (Musical America 1994)
  • ערן־פּרעמיע „טריִומף‟ (רוסלאַנד, 1997)
  • פּרעמיע אויף שאָסטאַקאָוויטשס נאָמען (רוסלאַנד, 2003)
  • פּרעמיע אויף קאַראַיאַנס נאָמען (דײַטשלאַנד, 2005)
  • Grammy Awards אין דער קאַטעגאָריע פֿון „די בעסטע סאָלאָ־אויספֿירונג אויף אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט‟, פֿאַר אויספֿילן די ווערק פֿון סקריאַבין, מעטנער און סטראַווינסקי (פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, 2006)
  • פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון בענעדעטי מיקעלאַנדזשעלי (איטאַליע, 2007)
  • אין מײַ 2001 איז קיסינען צוגעטיילט געוואָרן דער ערן־טיטל — דאָקטאָר פֿון מוזיק בײַ דער מאַנהעטן־מוזיק־שול; אין יוני 2005 — ערן־מיטגליד פֿון דער קיניגלעכער מוזיק־אַקאַדעמיע (לאָנדאָן).

קיסין טרעט אויך אויף מיט פּאָעטישע אָוונטן אויף ייִדיש און רוסיש.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]