ימי התלאות

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ימי התלאות איז א קונטרס געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם בן ר' נחמן א זון פון ר' נחמן מטולטשין, פון די גאר נאנטע תלמידים פון רבי נתן מברסלב.

עס איז דערין ביישריבן די צרות און פיין וואס דער צדיק ר' נתן פון ברסלב האט מיטגעמאכט דורך די יאָרן ה'תקצ"ה ביזן יאָר ה'תקצ"ט. ווי מען אסאך האבן אים נאכגעשריגן אין די גאסן און אים באווארפן מיט שטיינער, מען האט גע'אסר'ת יעדן מען זאל זיך נישט אנגעהערן צו אים, מען מוז אים און אלע ברסלבער חסידים דערגיין די יאָרן, ביז זיי וועלן ווערן אפגעמעקט אינגאנצען.

אסאך חסידים האבן דאן גע'מוסר'ת ר' נתן מברסלב פאר די אוקריינישע רעגירונג, און מיט שוחד און ליגענט איז זיי געלונגען אז מען האט אים איינגעשפארט אין תפיסה און מען האט געוואלט דן זיין צו הרג'ענען, אבער צו ווערן פארטריבן קיין סיביר. אבער איינזענדיג אז מען קען אים נישט פארטרייבן אינגאנצען האבן זיי פארבעטן די רעגירונג אים צו פארטרייבן פון זיינע חסידים קיין נעמרוב זיין געבורט שטעטל, זיינע חסידים און נאנטע האבן דאס נישט פארשוויגן און אנגעהויבן א מערכה אים מציל זיין און אויפצייגן זיין גערכטיגקייט.

ביי די ענדע האט מען אים גארנישט געקענט שלעכט טועהן, זיינע שונאים און פארפאלגער האבן געהאט וויסטע מפלות, די איבריגע האבן אים איבערגעבעטן, און ער איז צוריק קיין ברסלב און געלעבט במנוחה ושלוה צווישן זיינע נאנטע און געטרייע תלמידים ביז יאָר ה'תר"ה ווען ער איז נסתלק געווארן.


זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]