קונטרס

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א קונטרס איז געווענליך א ביכל אדער ספר אין וועלכן מען דרוקט אפ דברי תורה, אדער ערנסטע השקפה מאטריאל. א קונטרס ווערט געווענליך געדרוקט מיט פאפירענע דעקלעך און נישט געבינדן. אדער ווען עס איז גאר קליין ווערט עס געסטעיפלט.

אויך א געשריבן ספר פון עטלעכע בלעטער רופט מען א קונטרס.

עס קען זיין פעלער ווען א מחבר איז מחליט אנצורופן אפילו א דיקן באנד מיטן נאמען "קונטרס", דאס איז געווענליך ווייל מען דרוקט דאס נאר פאר צייטווייליג, און ס'איז נאך נישט פולשטענדיג אויסגעארבעט, אדער צוליב ענווה פונעם מחבר וואס האלט זיך נישט ראוי ארויסצוגעבן א ספר.

עס קען אויך געדרוקט ווערן אהן הארטע דעקלעך צו שפּאָרן הוצאת הדפוס.

רש"י[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ווען רש"י האט צום ערשט ארויסגעגעבן זיין פירוש אויף ש"ס, האט ער דאס ארויסגעגעבן אין קונטרסים, דערפאר באציהען זיך די בעלי התוספות צו רש"י אלס פירוש הקונטרס (יודיש באדייט: דער בעל הקונטרס פארטייטשט).