יידיש גליק (פילם, 1925)
ייִדיש גליק (רוסיש: «Еврейское счастье») איז אַ שטומער סאָוועטישער פילם, וועלכער איז געמאַכט געוואָרן אין 1925 לויט מאָטיוון פון שלום-עליכמס דערציילונגען. לכתחילה איז דער טיטל פונעם פילם געווען "מנחם-מענדל".
סיפּור-המעשה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער נאָמען פונעם הויפּט-פּערסאָנאַזש איז מנחם-מענדל.
דער פילם שילדערט די לאַגע פון ייִדישע אָרעמעלײַט אין תחום-המושב. די האַנדלונג אַנטוויקלט זיך אין בערדיטשעוו.
אין די ראָליעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ראָליעס אין דעם פילם פילן אויס אַקטיאָרן פונעם מאָסקווער ייִדישן קאַמער-טעאַטער (שפּעטער – דער מאָסקווער ייִדישער מלוכה-טעאַטער):
- שלמה מיכאלס – מנחם-מענדל
- י.ראָגאַלער - אָשר
- אַלכסנדר עפּשטיין – יאָסעלע
- תמר אַדעלהיים - ביילע
- משה גאָלדבלאַט - זלמן
- מיכאל לאָשאַק – מאָטעלע
- ט.חזק – קימבאַק
פילמירונגס-גרופּע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעזשיסאר - אַלעקסיי גראַנאָווסקי
סצענאַר- אויטאָרן – גריגאָרי גריטשער-טשעריקאָווער, יצחק טענערעמאָ, באָריס לעאָנידאָוו
מחבר פון אונטערשריפטן – יצחק באַבעל
קינסטלערישע אויספורעמונג – נתן אַלטמאַן
אָפּעראַטאָרן – עדואַרד טיסע, וואַסילי כוואַטאָוו, נ.סטרוקאָוו
קאָמפּאָזיטאָר – לייב פּולווער