לדלג לתוכן

יהודה אריה לייב אלטער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יהודה אריה לייב אלתר)
יהודה אריה לייב אלטער
קיין פריי בילד
געבורט 16 אפריל 1847
ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 יאנואר 1905 (אלט 57)
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט גער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי יהודה אריה לייב אלטער (א' אייר ה'תר"ז 1847 - ה' שבט, ה'תרס"ה 1905) איז געווען גערער רבי, און דער מחבר פון די ספרים שפת אמת עה"ת און אויך חידושים אויף ש"ס און יורה דעה, וואס זענען ברייט אנגענומען אין רוב יידישע קרייזן. אונטער זיין פירערשאפט איז גער געווארן דאס צענטראלע חסידות אין קאנגרעס פוילן.

ער איז געבוירן געווארן אין ווארשע כ"ט ניסן ה'תר"ז (1847) צו זיין פאטער רבי אברהם מרדכי, זון פונעם "חידושי הרי"ם", גרינדער פונעם גערער חסידות, און צו זיין מוטער אסתר, און מען האט אים גערופֿן יהודה לייבוש.[1] דער חידושי הרי"ם האט מכבד געווען רבי חיים מאיר יחיאל,[2] דער ״שרף״ פון מאגלניצא, מיט סנדקאות. ווען ער איז געווען אלט צוויי יאָר איז זיין מוטער נפטר געווארן, און א זעקס יאָר נאכהער, כ"ז אב ה'תרט"ו, איז ער געווארן פֿאַר׳יתומ׳ט אויך פֿון זיין פֿאָטער, און ער איז דעמאלסט אריבער וואוינען ביי זיין זיידן. דער זיידע האט געדינגען פֿאַר אים א מלמד זאל אים לערנען תורה, און האט געמאַכט מיט אים דריי תנאים: ער זאל אים אויפֿוועקן יעדן טאָג פֿאַרטאָגס, ער זאל לערנען מיט אים אַכצן שעה א טאָג אָן אויפֿהער און אויך אַז יעדן טאָג זאל מען עפעס מחדש זיין ביים לערנען.

דער שפת אמת האט חתונה געהאט מיט יוכבד רבקה קאמינער, א טאכטער פון רבי יודל קאמינער פון כענטשין. זייערע קינדער:

  • רבי אברהם מרדכי (תרכ"ו-תש"ח), דער "אמרי אמת", גערער רבי און נשיא פון דער מועצת גדולי התורה
  • יצחק מאיר, נפטר געווארן יונגערהייט
  • רבי משה בצלאל (תרכ"ט - תש"ב), איידעם ביי זיין פעטער שמעון חיים אלטער
  • מרת אסתר, ווייב פון הרב יעקב מאיר בידערמאן
  • רבי נחמיה (ח' אב ה'תרל"ה - כ"ב תמוז ה'תש"ב)
  • רבי מנחם מענדל אלטער, רב פון פאבעניץ
  • חנוך חיים, נפטר געווארן יונגערהייט
  • די ווייב פון הרב הירש היינעך לעווין, בענדינער רב
פֿריערדיגער:
הרב יצחק מאיר אלטער
"חידושי הרי"ם"
דער גערער רבי נאָכפֿאלגער:
הרב אברהם מרדכי אלטער
"אמרי אמת"
  1. בין השאר, נקרא 'יהודה' כהודאה לה', שכן באותה שנה אביו הבריא ממחלה קשה, וליבוש על שם מהרא"ל צינץ, רבו של ה"חידושי הרי"ם" (אברהם ישכר אלטר, מאיר עיני הגולה (תל אביב, תשי"ד), אותיות שלד; שלט).
  2. אברהם ישכר אלטר, מאיר עיני הגולה, אות שלה