יאסאלע ראזענבלאט יידישע לידער
מראה
יאסאלע ראזענבלאט יידישע לידער איז א אלבאם פון יודישע פאלקס לידער געזונגען דורכן בארימטן חזן יאסעלע ראזענבלאט, ארויסגעגעבן אין יאהר תשנ"ז דורך ישראל מיוזיק פון עקיבא צימערמאן'ס אוצר - טייל פון זיי גלייך פון די ארגינעלע פלאטעס.
די פירמע איז נאך דאן געווען באזירט אין תל אביב.
קאוד נומער: 5045.
טייל פון די רעקארדירונגען זענען פון די גאר ערשטע פון ראזענבלאט, דערפאר זענען זיי נישט אזוי קלאר.
לידער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- א יודישע מאמע, 1925
- עלעגיע, 1925
- יאהרצייט, 1926
- קלי קלי, 1923 (קאמפאזירט דורכן חזן און דיריגענט יעקב קאפל סענדלער)
- לאמיר זיך איבערבעטן, 1926[1]
- אהיים אהיים, 1926
- זאג'דזשע רעבי'ניו, 1926, (מיט שמואל מאלאווסקי)
- שופר של משיח, 1924 (אויך באוואוסט אלס "נישט וויי צו גיין")
- דער טלית, 1909
- דער פאגראם אין קישינעוו, 1909
- דאס פארטריבענע טייבעלע, 1909
- שולמית, 1909
- מיין הייליג לאנד, 1909
- שלאף אין זיסער רוה, 1924 (היי לי לו לי)
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ " לאמיר זיך איבערבעטן" ביי וויקיביבליאטעק