לדלג לתוכן

יאדא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יאדע)
יאָדאַ
סעריע שטערן קריג
ערשטער אויפֿטרעט עפּיזאָד V: די אימפּעריע שלאָגט צוריק (1980)
שאַפֿערס דזשאָרדזש לוקאַס
אקטיארן פֿרענק אָז (הויפט אָפּעראַטאָר; עפּיזאָדן I, ‏V - ‏VI, ‏VII)
שטימע אקטיארן פֿרענק אָז (עפּיזאָדן I - ‏III, ‏V - ‏IX)
אינפארמאציע
מין זכר
פֿאַך דזשעדייַ מייַסטער
טיטל גרויסער מייַסטער פֿונעם דזשעדייַ אָרדן (עפּיזאָדן I - ‏VI)
מיטגלידער פֿון די הויכע דזשעדייַ ראַט (עפּיזאָדן I - ‏III)
גענעראַל אין דער גרויסער מיליטער פֿון די רעפּובליקע (עפּיזאָדן II - ‏III)

יאָדאַ (ענגליש: Yoda) איז א כאראקטער פֿונעם "שטערן קריג" אוניווערס. ער איז א דזשעדייַ-מייַסטער וואס האט א וויכטיגער ראלע אין די פֿילמען. פֿרענק אָז שפילט די שטימע פֿון יאָדאַ. אַ מאָל איז ער געווען אַ ליאַלקע וואס פֿרענק האט געשפילט. אבער, אין די לעצטע צוויי פֿילמען איז יאָדאַ געמאכט געווארן מיט קאמפיוטער אנימאציע.

פֿיקטיווע ביאגראַפֿיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יאָדאַ האט געלעבט מער ווי 900 יאָר און עס איז דא נישט גענוג אינפֿאָרמאַציע וועגן זיינע לעבן איידער "עפיזאד 1: דער גרויל פונעם פֿאַנטאָם". ער רעדט די זעלבע שפראַך ווי די אנדערע כאראקטערן, אבער זאגט זיינע זאַצן אין אַ מין פֿאַרקערטער וועג. צום ביישפיל, "לערנען דיך, איך וועל" אנשטאט "איך וועל לערנען דיך".

יאָדאַ איז דער עלטסטער און קלוגסטער מיטגליד פֿונעם דזשעדייַ-ראַט. כאטש ער איז זייער קליין, ער איז זייער מייַסטעריש מיט א ליכטשווערד און נוצט דער פֿערטער דזשעדייַ סטיל, וואס הייסט אַטאַרו.