טשאנסערי ליין אונטערגרונט סטאנציע
טשאַנסערי ליין | |
---|---|
אריינגאנג צו סטאנציע | |
לאקאציע פון טשאַנסערי ליין אין גרויסלאנדאן | |
לאקאלער סטאנציע נאמען: | Chancery Lane |
יאר געעפנט: | 1900 |
לאקאציע: | האבארן |
בארא: | קאמדן |
פארוואלטער: | לאנדאנער אונטערגרונט |
ליניעס אדורך דער סטאנציע: | צענטראל ליניע |
צאל פעראנען: | 2 |
טראוולקארטע זאנע: | זאנע 1 |
צאל פאסאזשירן אין יאר: | 16.36 מיליון (2015) |
טשאַנסערי ליין (Chancery Lane) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין צענטראל לאנדאן, אויף דער צענטראלער ליניע, צווישן סאַנט פאלס און האבארן סטאנציעס. די סטאנציע געפינט זיך ביים ראג הויך האבארן, האטן גארדן און גרייז אין ראד, מיט אריינגאנגען צו דער קאסע אונטערן טראקט. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די סטאנציע איז געעפנט געווארן דורך דער צענטראלער לאנדאנער באן דעם 30סטן יולי 1900 אויפן צפון זייט פון הויך האבארן; מען איז ארויף און אראפ מיט פיר ליפטן. אין 1933 האט מען געבויט די היינטיגע סטאנציע געביידע מער דרומדיק כדי די פאסאזשירן זאלן קענען גיין אויף עסקאלאטארן.
ווען מען האט אויסגעגראבן די צענטראלע ליניע האט מען געשאפן די טונעלן אונטער די גאסן, כדי צו פארמיידן שאדן צו געביידעס פון וויברירונגען. אזוי ווי הויך האבארן איז צו שמאל, זענען די טונעלן אין דעם טייל איינס איבער דעם צווייטן, ממילא אין דער טשאנסערי ליין סטאנציע איז דער פעראן קיין מזרח איבער דעם פעראן קיין מערב.
טראנספארט לינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לאנדאנער בוס רוטעס 8, 25, 17, 45, 242, 341, 521 און N8 באדינען די סטאנציעס.
גאלעריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]-
מזרחדיקער פעראן קוקנדיק אויף מערב
-
מערבדיקער פעראן קוקנדיק אויף מזרח
-
דער קירצעסטער עסקאלאטאר אויף דער טיוב נעצווערק
-
רונדל, פעראן קיין מזרח
-
דרומדיקער איינגאנג
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- לאנדאנער אונטערגרונט מוזיי פאטאגראפיע ארכיוו
- טשאנסערי ליין, 1914 (ארכיווירט 02.04.2015 ביי דער Wayback Machine)
- אונטער־איבערפלאך קאסע זאל, 1934 (ארכיווירט 06.06.2012 ביי דער Wayback Machine)
- אריינגאנג ביים ראג גרייז אין ראד, 1934 (ארכיווירט 06.06.2012 ביי דער Wayback Machine)
פריערדיקע סטאנציע | לאנדאנער אונטערגרונט | פאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
צענטראל ליניע | קיין אילינג בראדוויי אדער מערב רייסליפ |
צענטראל ליניע | ||
---|---|---|
יאדער אפטייל |
|
קליק צו פארגרעסערן |
היינאלט שלייף | ||
אילינג צווייג | ||
רייסליפ צווייג | ||