טאני ראבינס
געבורט |
29 פעברואר 1960 (אלט 64) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
www | |
אנטאני "טאני" ראבינס (ענגליש: Tony Robbins) (געב' דעם 29סטן פעברואר 1960 אין נארט האליוואד, קאליפארניע, אמעריקע) איז א אמעריקאנער לעבן'ס-אנווייזער משפיע רוחני פאר הונדערטער טויזנטער גוים, שרייבער און פראפעסיאנאלער רעדנער.
זיינע טעיפס און ספרים פארקויפן זיך אין די מיליאנער קאפיס זייענדיג עטליכע מאל פאר חדשים אויפן בעסט סעלער ליסטעס דורכאויס אמעריקע.
ער איז הויכער שלאנקער מאן וואס ציט זיך ארויף די ארבל ווען ער רעדט צו ווייזן זיינע אויסגעארבייטע מוסקלען און א טונקל הויטיגער שווארצע-ברוינע האר אן קיין ברילען טאנצט ער און שפרינגט און לויפט ארום דורכאויס זיין רעדע אויפצולעבן זיין מעסעדזש, מיט שאלות ותשבות פונעם אוידיענס דורכאויס די דרשות אז אלעס איז אריינגעטאן און לעבט מיט זיינע רייד.
עס זענען דא קריטיקירער וואס טענה'ן אז זיין התעוררות סטייל איז נישט עכט און ארגינעל נאר ער שטאפט זיך מיט כעמיקאלען און מעדעצינישע סובסאטאנצן צו ווייזן אומ-נאטורליכע פרייליכקייט און ענערגיע וואס דער עולם פון זיינע מיליאנען תמימותדיגע צוהערערע מיינען אז זיין מעסעדזש איז בלויז דער כוח פון זיין פרייליכקייט און מאטיוויציע. ער איז מודה אז ער נעמט כעמיקאלן אבער לייקנט אז דאס איז צוליב זיין זיך וועלן ווייזן מאטיוויציע אדער ענערגיע, נאר צוליב דעם וואס ער איז געבוירן מיט א קראנקייט פון א טומער אין זיין מוח ביים פיטשוארי גלענד וואס מאכט אז זיינע גלידער וואקסן זייער שטארק מער אין פראפאראנץ ווי א נארמעלער מענטש מוז ער דאס רעגולירן דאס וואוקס אז עס זאל זיין פראפארציאנאל.
ער פירט דורך סעמינארן ווי טויזנטער ווערן אויפגעלעבט פון זיינע התעוררות דרשות מיט מוהט און מאטיוויציע אנצוגיין ווייטער אין לעבן און זיין פראדוקטיוו אין שטוב אדער אין פרנסה און סיי וואסערע אנדערע לעבן אויפגאבעס.
ער פארציילט אז זיין קאריערע פון אויפלעבן מענטשן מיט שמחת החיים צו זיי ערוועקן צו ערפילן זייער תכלית אין לעבן האט זיך אנגעהויבן אלס קליין קינד, ווען זיין טאטע איז געווען אן אלקאהאליקער וואס האט פארנאכלעסיגט די אויפגאבעס כלפי זיין פאמיליע, און איינמאל צוליב דעם וואס האט געהערשט אן ארימקייט אין שטוב, האבן זיי באקומען א ווארימע מאלצייט לכבוד עפעס א חגא פון א וואולטעטיגע ארגאניזאציע זיין טאטע דאס דערזעהנדיג האט ער פון גרויס צער פון די שאנדע אז ער קען זיך נישט אליין קער נעמען און מוז אנקומען צו אנדרעןס טובות, האט ער עס נישט אויסגעהאלטן און זיך צושריגן אז זיין לעבן איז א דורכפאל און ער איז פלוצלינג אנטלאפן פון די היים און מער נישט געזעהן זיינע קינדער. די איבערלעבונג האט אים געשטופט צו העלפן אנדערע איבערצייגן אז אפילו זיי זענען דורכגעפאלן אין זייער לעבן קענען זיי זיך אייביג צוריקשטעלן אויף די פוס און מאכן א סוקסעס מעשה פון זייער לעבן. ער האט יענע סעקונדע זיך דאס אליין'ס גענומען אויף זיך און ער האט אנגעהויבן צו זאמעלן געלט דורך פארקויפן לעמאן עיד אין פארענט פון זיין הויז צו העלפן שפייזן זיין פאמיליע, און אויסטיילן מאלצייטן פאר אנדערע. היינט טייל ער אויס איבער צענדליגע מיליאנען פארציעס אין עפעס איין חגא א יאר צום זכרון פון יענע נאכט וואס זיין טאטע האט אים מפקיר געווען.