לדלג לתוכן

חיים מרדכי מרגליות

פֿון װיקיפּעדיע
חיים מרדכי מרגליות
געבורט 1780 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1823 (אלט 43 בערך)
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב חיים מרדכי מרגליות (ה'תק"ם-ט"ו שבט ה'תקפ"ג) איז געווען רב אין דובנא, און דער מחבר פון "שערי תשובה" אויף שולחן ערוך.

הרב מרגליות איז געבוירן אין יאר תק"מ (בערך) צו זיין פאטער הרב מאניש מרגליות, אב"ד וויטקאוו און דינעוויץ און מוטער דבורה מרגליות. ער איז געווען א ברודער פון הרב אפרים זלמן מרגליות, און אן איידעם ביי זיין פעטער רבי אליקים געציל מרגליות.

אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט אינעם בראדער קלויז. אין תק"ס איז ער געווארן רב אין ברעסטעטשקע; דערנאך האט ער אנגענומען דאס רבנות אין דובנא, וואו ער האט אויפגעשטעלט א דרוקעריי.

ער איז נפטר געווארן אין תק"ף אדער תקפ"ג אין בראד אדער דינעוויץ.

אין תקפ"ה איז פארעפנטליכט געווארן אין דובנא זיין ספר שערי תשובה אויף שולחן ערוך אורח חיים, וואס ברענגט צוזאמען פריערדיגע תשובות לויטן סדר פונעם שולחן ערוך. דער "שערי תשובה" איז געדרוקט אין רוב אויסגאבעס פון שולחן ערוך אורח חיים, אויך מיט דער משנה ברורה.