לדלג לתוכן

חומש סעודה

פֿון װיקיפּעדיע

א חומש סעודה איז א סעודה וואס מען מאכט ביי אידן ווען א אינגל ווערט אלט פינף יאר און הייבט אן לערנען חומש.‏[1] דער מנהג איז צו לערנען מיטן אינגל די ערשטע פסוקים פון ספר ויקרא.

דער מנהג פון מאכן א חומש סעודה איז גאר אן אלטער מנהג, וואס איז געווען איינגעפירט נאך פארן חורבן אייראפע. היינט צוטאגס ווערט דער מנהג נאך געפירט ביי א טייל משפחות און אין פילע היימישע חדרים. ווען דאס קינד ווערט פינף יאר אלט, שטעלט מען אים ארויף אויף א בענקל, מען פרעגט אים פארשידענע פראגעס, און ער זאגט פאר פסוקים פון פרשת ויקרא.

די באנייאונג פונעם מנהג און דאס איינפירן אויף א גרעסערן פארנעם ווערט צוגעשריבן צו הרה"ח ר' חיים פריעד ע"ה, דער מחבר פונעם ערשטן א' ב' ספר אלף בינה. ר' חיים פריעד איז געווען א טאלאנטפולער און ענערגישער מחנך, אן אלטער בעלזער חסיד און א שטארקער אנהענגער פונעם אלטן סקווערער רבי, ר' יעקב יוסף טווערסקי זצוק"ל.

ער האט געוואלט איינפירן דעם מנהג אינעם סקווערער תלמוד תורה, וואו ער האט געדינט צענדליגע יארן אלס מלמד דרדקי. דער אלטער סקווערער רבי האט זיך דערויף אויסגעדרוקט: "טאקע א שאד, אזא שיינער מנהג זאל פארגעסן ווערן."

פון דעמאלטס אן האט דער מנהג זיך ווידער פארשפרייט, און פילע היימישע חדרים האבן אנגעהויבן מאכן א חומש סעודה. היינט איז די חומש סעודה געווארן א באדייטנדע געשעעניש אין לעבן פונעם קינד, ווען עלטערן, זיידעס און עלטער זיידעס קומען מיטשעפן נחת פון דעם אונטערוואקסנדן אידישן דור, אויפן וועג פון תורה, על טהרת הקודש און די הייליגע מסורה.